ספריית חב"ד ליובאוויטש

קצח

ב"ה, כ"ח אלול, תש"ה

ברוקלין

זעהר געעהרטער הערר אלכסנדר שי' כהן

שלום וברכה!

אין נאמען פון "קה"ת" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינשען אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.

דער גענויער טייטש פון ראש השנה איז די קאפ פון יאהר, ערקלערען אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עס אנגערופען ניט תחלת - אנהייבס - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי די קאפ פיהרט אן מיט דעם גאנצען קערפער, אזוי דארפמען אויך די גוטע רעזלושאנס און פיהרונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפיהרען מיטן גאנצען יאהר.

דעם יאהר קומט אויס ראש השנה, שבת. וואס דער געדאנק פון שבת איז - אז דאמאלסט הייבט זיך אויף דער מענש העכער פון זיין וואכעדיגען לעבען און דאגות, און ווערט נעהענטער צום נשמה לעבען.

און דאס איז אויך אונזער וואונש אז אין דעם נייעם יאהר זאלען מיר אלע גייען פארווערטס אין אונזער גייסטיגער ענטוויקלונג, מאכען נעהענטער דעם גוף צו נשמה און דורכפיהרען אין לעבען אלע אונזערע גוטע מחשבות.

מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם מ. שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

********** עד כאן הקודים בני ספרה אחת

קצח

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 551 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

זעהר.. כהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.

א) דייק רבנו בלשונו תענית של תשובה, כי דוקא תענית של תקוני תשובה יכול לפדות בממון לצדקה אם מצטער הרבה, אבל אם קבל עליו תענית דרך נדר, צריך לקיים נדרו, וכמ"ש בשו"ע או"ח סי' תקס"ח סס"ב.