ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמה

ב"ה, ט"ז מנחם אב, תש"ו

כבוד הוו"ח אי"א מו"מ באמונה, הנעלה

מר ארי' ליב שי' בראילאווסקי, שנגהאי

שלום וברכה!

מיט גרויס פרייד און פארגעניגען האב איך ערהאלטן דעם גרוס פון ידידינו האברכים שי' וועלכע זיינען געקומען פון שנגהאי, אז איר האט אנגענומען די הצעה אפצוגעבן זיך מיט שאפן מיטלען אויף דער הדפסה אין שנגהאי פון ספרי רבותינו הקדושים, תורת אלקים חיים.

איך האב, זעלבסטפארשטענדליך, איבערגעגעבן וועגן דעם צו כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכער איז געווען העכסט צופרידן דאס צו הערן און האפט אין דער נאענטסטער צייט צו האבן פון אייך גוטע ידיעות.

וועגן דער גרויסקייט פון זכות פון געבן טויזנטער אידן די מעגליכקייטן צו לערנען ספרים וועלכע ענטהאלטן די תורות פון אונזערע רביים, בין איך זיכער אז ס'איז איבעריק צו ערקלערן אייך באריכות. איך וויל נאר אנדייטן איין ביישפיל, וואס ווערט דערציילט פון חז"ל:

חז"ל דערציילן, אז די גאנצע זאך פון גלות האט זיך אנגעהויבן דערפון וואס די מרגלים האבן גערעדט לשון-הרע און האבן דורכדעם געבראכט אומגליקן אויף זיך און אויף דורות און דורות נאך זיי, ביז אונזער דור.

די עצה דערצו - ווי די גמרא זאגט (ערכין ט"ו, ב) - איז תורה, ווי עס שטייט "מרפא לשון עץ חיים," וואס עץ חיים מיינט מען דא די תורה.

די גרויסקייט פון דעם שטראף פאר'ן ריידן לשון הרע, וואס דאס הערן נאר די מענטשן וועלכע זיינען דא אין דער צייט און אויף דעם ארט, גיט א פארשטעלונג וועגן דעם גרויסן זכות און שכר וואס מ'האט פון ריידן תורה אין א באשטימטן ארט און צייט, און דערפון קען מען זיך פארשטעלן ווי גרויס עס איז דער זכות און שכר פון אפדרוקן תורה, וואס דאמאלסט קען דער ספר, און די תורה וואס ער ענטהאלט, דער-גרייכן אין אלע לענדער, און דער ספר בלייבט און ווערט געלערנט אויך צענדליקע און הונדערטע יארן נאכדעם ווי ער איז אפגעדרוקט געווארן.

איך פארענדיק מיט דעם וואונש, אז דער גרויסער זכות זאל אייך ביישטיין אין אלעס וואס איר דארפט, און איר זאלט אויך ווייטער נעמען אן אנטייל אין ענליכע זאכן וועלכע שליסן אין זיך איין תורה ומצות ומעשים טובים.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

רמה

מהעתק המזכירות.

הדפסה אין שנגהאי: רא הלעיל אגרת ריג, ובהנסמן בהערות שם.

חז"ל דערציילן: הבא לקמן הוא הנדפס לעיל אגרת רלז בשינוי לשון.

יושב ראש ועד הפועל: מל"ח.