ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ב /
- רמח /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ב > רמח
ב"ה, יום א', י"ב לחדש אלול תש"ו
כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה מוהר"י
שי' הכהן
שלום וברכה!
זיכער געדיינקט איר אונזער געשפרעך וועגען דרוקען איינעם פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א'ס ספרים אויף אייערע הוצאות, און אן שותפים. איך האב די גאנצע צייט ניט דערמאנט וועגן דעם, ניט זייענדיג זיכער ווען מען קען ערווארטען אזא ספר פארטיג פון דרוק בא איצטיגע שוועריקייטען מיט פאפיר, ארבעטער א. ז. וו.
איצט האב איך פאלגענדעם פארשלאג: לויט דער פעסטער הבטחה פון פרינטער וועט אין א וואך-צוויי ארויס פון דרוק דער ערשטער ספר המאמרים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכער וועט ענטהאלטען די חסידות מאמרים אין אידיש וועלכע זיינען געווען געדרוקט אין "הקריאה והקדושה" (55 מאמרים, ארום 220 זייטען, פארמאט און געבונדען ווי תורת החסידות, דרוק קאסטען 1400 - 1200 דולר).
איך ערווארט אייער ענטפער: א) אויב די הצעה איז פאסיג פאר אייך און איר נעמט זי אן, ב) אויב יא - צי קען מען דאן שטעלען דעם זעלבן נוסח וועגען אייער נדבה ווי אין תורת שלום, אדער איר ווילט עס מאכען אנדערש.
אזוי ווי דער דרוקער איילט מיט דער ארבעט און איך אייל דאך זיכער, שרייב איך דורך לופט פאסט און האף אייער ענטפער אויך באופן כזה, ות"ח מראש.
ולסיים מענינא דיומא: פרש"י (פרשת השבוע כו, ד והוא בספרי) כהן מניח ידו תחת יד הבעלים ומניף.
וואס איז דער מוסר השכל דערפון וואס עס דארף זיין ביידע יד כהן ויד בעלים? נאר יעדער איד באשטייט פון: א) כהן, וואס כהני שלוחי דרחמנא נינהו (קדושין כג, ב) אתערותא דלעילא וואס מ'גיט עם מלמעלה, זיין נפש אלקית וואס אפילו בשעת החטא היתה באמנה אתו (תניא ספכ"ד) ב) בעלים וואס והארץ נתן לבני אדם, אתערותא דלתתא וואס מ'דארף אליין אויסהארעווען, דער נפש הבהמית וואס איז אין וועלט און האט בחירה חפשית וואו צו גיין.
און דער תכלית הכוונה פון בירור עניני העולם איז, אז דאס בעסטע און געשמאקסטע פון זיי זאל זיין והנחתו לפני ד' אלקיך און (דער כהן) עסט עס, ניט אויף פארברענען, ע"ד תורת הבעש"ט עה"פ כי תראה חמור (היום יום ע' כג) ביידע זאכען עסען און לפני ד' אלקיך, און דאס קען זיין ניט גענארטערהייט (זע תורת שלום 50, 62, 122 כו') דוקא אויב עס נעמען אין דעם איינטייל ביידע אי דער כהן אי די בעלים וואס אין יעדער אידן, כמובן.
החותם בברכת כתיבה וחתימה טובה.
רמח
מהעתק המזכירות.
כבוד.. הכהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קעד, ובהנסמן בהערות שם.
תורת שלום 50, 62, 122: בהוצאת תשי"ז - ע' 46, 57, 131.