ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנ

ב"ה, ערב ראש השנה, תש"ז

זייער געערטער מר בנימין שי' גלאזער

שלום וברכה!

אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינשען אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען, און באזונדערס ווינש איך א רפואה אייערע חשובע עלטערן יחיו.

דער שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט איבערגעזאגט דעם "צמח צדק"'ס א ווארט: "א געזאגטער ווארט איז פאר א רבים, א געדרוקטער - לדורי דורות".

דער זכות וואס איר האט געהאט אויף אפצודרוקן דעם "צמח צדק"'ס ספרים, וואס דורך דעם וועלן טויזנטער און טויזנטער ווידער לערנען וועט אייך זיכער ביישטיין צו געבענטשט ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה אויף אלס דאס גוטעס בגשמיות וברוחניות.

בברכת שנה טובה

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

רנ

מהעתק המזכירות.

א געדרוקטער - לדורי דורות: ראה גם לעיל אגרת קפד.