ספריית חב"ד ליובאוויטש

שצא

ב"ה, ב' אלול, תש"ח

הוו"ח אי"א עסקן נמרץ רב פעלים,

הנדיב מהרמ"צ שי' וועקסלער

שלום וברכה!

אונזערע פארשטייער, האברכים המצויינים הוו"ח אי"א וכו' הרבנים שלום חאסקינד ושמעון אהרן סימפסאן שיחיו, האבען אונז געבראכט א גוטען גרוס פון אייך און אייער ווארימער אינטערעסירונג אין דער ארבעט פון "מרכז לעניני חינוך".

עס האט אונז באזונדערס געפרייט צו הערען דאס איר [האט] מבטיח געווען צו העלפען דער ארבעט פון מל"ח דורך אראנזשירען א "טיי" בא אייך אין דער היים. אזוי ארום וועט איר זיין ניט נאר אן עושה נאר אויך א מעשה, און ס'איז איבעריק צו זאגען ווי גרויס דער זכות פון דער מצוה איז. האפענטליך וועט איר אונז מיטטיילען אין גוטער צייט ווען די געפלאנטע צוזאמענקונפט וועט בא אייך פארקומען.

אלול, דער לעצטער חודש פון יאר, איז א הכנה צו ראש השנה, ווען מיר קומען אלע אויסבעטן ביים אויבערשטן א כתיבה וחתימה טובה אויף געזונט, פרנסה און אלעס בעסטעס בגשמיות וברוחניות.

אויף דעם חודש אלול זיינען פאראן צוויי רמזים: א) א ני ל דודי ו דודי ל י און ב) א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים, וואס ביידע זיינען א ראשי-תיבות: אלו"ל.

אט די צוויי רמזים ווייזן ווי אזוי די הכנה פון אלול דארף זיין: קודם כל מוז זיין דער "אני לדודי" - יעדער איד דארף זיך אומקערן צום אויבערשטן מיט א געפיל פון תשובה. דאן מוז אט דער געפיל פארוואנדלט ווערן אין מעשים לפועל, און אויף דרויף ווייזט דער צווייטער רמז - איש לרעהו ומתנות לאביונים.

בכלל קומט א מענטש אין קאנטאקט מיט אנדערע מענטשן וועלכע זיינען מער-ווייניקער אין זעלבן מעמד ומצב ווי ער אליין. אזעלכע מענטשן רעכענען זיך אין דער מדרגה פן "רעהו" - גלייכע חברים. עס זיינען אבער פאראן מענטשן וועלכע שטייען אין א נידעריקערע מדרגה ווי ער - אין דער בחינה פון "אביונים" לגבי אים. דאס באציט זיך, נאטירליך, סיי אין גייסטיקן און סיי אין מאטעריעלן זין. די שלימות'דיקע עבודה איז, ווען א איד איז מקיים ביידע זאכן: סיי לרעהו און סיי לאביונים. דער עושה ומעשה בא וועמען עינו טובה בשל אחרים, איז מקיים ביידע בשלימות, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך וועגן הילף פאר דער ארבעט פון מרכז לעניני חינוך.

ברגשי תודה וברכת השנה,

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

שצא

מהעתק המזכירות.

אונזערע פארשטייער: שנסעו בקיץ תש"ח בשליחות המל"ח לכמה עיירות, ביניהם ללוס אנג'לס, מקום מגורו של הרמ"צ. על שליחות המל"ח ראה גם לעיל אגרת שעח. יושב ראש ועד הפועל: מל"ח