ספריית חב"ד ליובאוויטש

תב

ב"ה, כ"ה אלול, תש"ח

כבוד ידידנו הנעלה והכי נכבד, וו"ח אי"א

משכיל על דבר

טוב וכו' מו"ה אלחנן שי' הכהן

שלום וברכה!

אויפן שוועל פון נייען יאר הבע"ל דריק איך דא אויס אין נאמען פון מרכז לעניני חינוך און אין מיין אייגענעם נאמען אונזערע הארציקע וואונשן צו אייך און אייער געערטע פרוי און פאמיליע יחיו פאר א כתיבה וחתימה טובה בספר חיים ברכה ושלום ופרנסה טובה און אלעס בעסטעס בגו"ר.

אזוי ווי נוסף אויף די קאפיעס וועלכע איך שיק אייך קומט אייך אויס באזונדער ארויסצורעדען מיינע רעיונות, וויל איך דא אויסניצן די געלעגנהייט, ווי מיין שטייגער איז, מיט א דבר תורה.

דער רמב"ם סוף הל' שמיטה ויובל ערקלערט דאס וואס די תורה האט געזאגט, אז א כהן דארף ניט האבן א חלק אין לאנד צוגלייך מיט אנדערע אידן, ווייל ה' הוא נחלתו, ד. ה. דערפאר וואס ער איז פארנומען מיט גייסטיקע ענינים און האט צו ערפילן זיינע גייסטיקע פליכטן צום פאלק, באזארגט אים דער אויבערשטער מיט זיין פרנסה.

די אויפגאבע פון א כהן איז יורו משפטיך ליעקב גו', צו פארשפרייטן תורה און אידישקייט צווישן פאלק. ווינש איך אייך דאס אין דעם נייען יאר זאלט איר קענען דורכפירן אלע אייערע אויפגאבען אלס א כהן, און בפרט אין אייער מיטהילף אין דער ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א וועלכער איז בבחי' כהן גדול.

גלייכצייטיק וויל איך אויסדריקן אונזער טיפע דאנקבארקייט פאר אייער אויפריכטיקער אינטערעסירונג און הילף צום מרכז לעניני חינוך, און איך בין זיכער דאס אויך להבא וועט איר שטיין בא אונזער זייט דורכצופירן די ברייטע פראגראם פון מרכז לעניני חינוך וואס דורך דעם ווערט אויסגעפירט די כונה העליונה.

מיט גרוס און ברכה,

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

תב

מהעתק המזכירות.

כבוד.. הכהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.