ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תנו

ב"ה, כ"ו תשרי, תשכ"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה שמואל שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע.

און ס'איז באוואוסט דער חסידות'שער טייטש און דיוק אין דעם מאמר רז"ל, חשב אדם לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה (ברכות ו' ע"א), וואס אין אזא פאל, איז נאך א מעלה,

ווארום אז מ'טוט א מצוה קען זיך אמאל אריינמישען אין דעם א פני' און ענליכעס, ווען אבער מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה, איז דאס געטאנענע פון הכתוב בשלימות ותכלית, וק"ל.

און דער זכות הצדקה זאל ביישטיין אייך און אייער פרוי' תחי' צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט.

בברכה לבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ז'תנו

מו"ה שמואל: ליובאשיצקי. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תקכז, ובהנסמן בהערות שם.