ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תעב

ב"ה, כ' חשון, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

מאת שנה להולדת כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה

ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

היינט, ווען דער דאזיגער בריוו ווערט געשריבן, ווערט הונדערט יאר פון דעם געבורטסטאג פון כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע, דער גרינדער פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש, מיט 64 יאר צוריק.

מיט 60 יאר צוריק, אנהויבס פערטן יאר פון דער ישיבה אין ליובאוויטש, האט כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע, בא דער סעודה פון שמחת תורה, געזאגט:

איך בין מובטח - עס איז פאראן בטוח און מובטח, איך רעכן אז אלע ווייסן דעם חילוק פון בטוח ביז מובטח - איך בין מובטח, אז די תלמידים פון תומכי תמימים וואו זיי וועלן זיין - און זיין וועלן זיי בארבע פינות העולם - וועלן זיי מיט מסירת נפש דורכפירן די כוונה העליונה פון נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים.

צו שאפן פאר דעם אויבערשטן א "דירה" אויף דער וועלט מיינט צו פארשפרייטן די ג-טלעכע ליכטיקייט פון תורה און מצוות און אריינברענגען קדושה אין טאג-טעגלעכן לעבן בא זיך און אין דעם גאנצן ארום.

עס קען בא קיינעם קיין צווייפל ניט זיין, אז די הייליגע ווערטער פון דעם גרינדער פון די ליובאוויטשער ישיבות זיינען פולשטענדיק מקויים געווארן. די תלמידים תמימים האבן דורכגעפירט און פירן דורך זייער שליחות מיט דער גרעסטער מסירת נפש, ניט קוקנדיג אויף די שווערע איבערלעבונגען, גזירות און נסיונות וואס אידן בכלל און די תלמידים תמימים בפרט האבן דורכגעמאכט אין פארלויף פון די אלע דערשיטערנדיגע און אויפטרייסלענדיגע יארן. אין אלע טיילן פון דער וועלט האבן זיי געבראכט א גרויסע אויפלעבונג, אידישקייט און חינוך על טהרת הקדש, און אומעטום געשאפן א "דירה" פאר דעם אויבערשטן.

און גראדע היינט, ווען די אומזיכערע און געשאפענע לאגע אין דער וועלט ווארפט אן א גרויסע שרעק פון די געפערלעכע פארניכטונגס מיטלען וואס די צעריסנקייט און צעשפליטערונג פון די פעלקער קען חלילה ארויסרופן - גראדע היינט מער ווי פריער איז עס א לעבנס-פראגע צו שאפן א "דירה" פאר דעם אויבערשטן, מלך שהשלום שלו, דער אמת'ער הערשער פון דער וועלט, דער בעל-הבית פון שלום, דורך דער פארשפרייטונג פון תורה און מצוות וועלכע ברענגען שלום, דורך תלמידים תמימים, וואס תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.

די אלע וועלכע נעמען אן אנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, א גאנץ יאר, און בפרט צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, האבן אן אייביקן זכות און שאפן די צנורות וכלים פאר דעם אויבערשטנ'ס ברכות, בפרט די ברכה פון אמת'ן שלום, וואס איז די כלי פאר אלע ברכות, בגשמיות וברוחניות, פאר זיך און זייערע בני בית שיחיו.

בכבוד ובברכה.

מנחם שניאורסאהן

ז'תעב

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 490.

געזאגט: ראה לקו"ד ח"ד ע' 1568.