ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך כ /
- ז'תעג /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך כ > ז'תעג
ב"ה, כ' חשון, ה'תשכ"א
ברוקלין, נ.י.
מאת שנה להולדת כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב)
צו אלע פארזאמלטע בא דער יערלעכער
פייערונג פון די
"בית רבקה" אין מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן דער דינער פייערונג, דינסטאג ג' כסלו, הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער און פריינד פון די "בית רבקה" אין מאנטרעאל שי'. השם יתברך זאל געבן, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס דערפאלג אין אלע הניזיכטן, צו פארשטארקן און אויסברייטערן די טעטיקייט פון די "בית רבקה" סקול אין דער געוואונשענער מאס.
היינט, ווען דער דאזיגער בריוו ווערט געשריבן, ווערט הונדערט יאר פון דעם געברוטסטאג פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב, דער פאטער פון כ"ק מו"ח
אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב האט געלעגט דעם יסוד פון די ברייט פארצווייגטע חינוך מוסדות וועלכע זיינען ווייטער אויסגעברייטערט געווארן אונטער דער נשיאות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און וועלכע האבן געבראכט א גרויסע אויפלעבונג פון חינוך על טהרת הקדש אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, ביז היינט צו טאג.
ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אז די "בית רבקה" סקולס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, אריינגערעכנט די "בית רבקה" סקול אין מאנטרעאל, איז פון די הויפט-זיילן פון דעם חינוך על טהרת הקדש. כ"ק אדמו"ר, מיין שווער נ"ע, דער גרינדער פון די בית רבקה סקולס, האט שטענדיק אונטערגעשטראכן, די העכסט וויכטיגע נויטווענדיקייט פון חינוך הבנות, צו דערציען אידישע טעכטער, די צוקינפטיגע בויערינס פון דער אידישער היים. עס איז באקאנט זיין ווארט:
"אלץ וואס עס איז הייליק ביים ג-טלעכן פאלק פון אברהם, דער יסוד פון דער אידישער היים, דער אויפשטעלן און די דערציאונג פון אידישע קינדער, דאס כשרות פון שפייז, די דערהויבנקייט ריינקייט און הייליקייט פון שבת - האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן און אנפארטרויט די אידישע פרויען - אויף צו אפהיטען און דורכפירן דאס". (היום יום, כ"ו אד"ש, ה'תש"ג).
צו דערציען אידישע טעכטער אין דעם גייסט, דאס איז די אויפגאבע פון די "בית רבקה", און זעלבסטפארשטענדלעך, אז דער יעניגער און די יעניגע וועלכע נעמען אן אנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון דער "בית רבקה" אין מאנטרעאל, ווערן שותפים אין דעם.
און דאס וועט זיכער אריינברענגען די ג-טלעכע ברכה אין זייערע היימען צו נחת פון קינדער, געזונט און פרנסה וכל טוב.
בכבוד ובברכה.
מ. שניאורסאהן