ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תעז

ב"ה, כ"ף-חשון, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי צבור

בעל מרץ וכו'

מוה"ר יעקב יהודה שי'

שלום וברכה!

צו דער דערפרייענדער געלעגנהייט פון דער "דרייצן יאר" פייערונג פון אייער רבנות שטעלע אין דער קהלת קודש בית הכנסת ובית המדרש "ר' מאיר שמחה הכהן" - מוצאי שבת קדש הבע"ל,

שיק איך אייך, דעם חשוב'ען פרעזידענט, גבאים און אלע מעמבערס שי', מיין באגריסונג און ברכה.

די געשעענישן פון דער וואך האבן, ווי באוואוסט, א שייכות צו דער סדרה פון דער וואך. אזוי ווי די פייערונג קומט פאר אנהויב וואך פון פרשת תולדות, קען מען געפינען א הוראה (אנווייזונג) באלד אין דעם ערשטן פסוק פון דער סדרה - יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק.

די ווידערהאלונג "יצחק דער זון פון אברהם, אברהם האט געבוירן יצחק" אין דער תורה הק' - וואס תורה איז דאך פון לשון הוראה, אן אנווייזונג און לערע ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן - אונטערשטרייכט דעם פאלקאמענעם צוזאמענבונד פון אידישע דורות, עלטערן און קינדער.

גאר אפט הערן מיר, אז קינדער נעמען זיך איבער מיט זייער שיינעם טאטען און זיידען; דאס איז אבער בלויז דער ענין פון "יצחק בן אברהם". עס דארף אויך זיין "אברהם הוליד את יצחק", אז דער טאטע און זיידע זאלן קענען האבן אמת-אידישע שטאלץ און נחת פון זייערע קינדער און אייניקלעך. ניט נאר די קינדער זאלן האבן "זכות אבות", נאר אויך די עלטערן זאלן האבן "זכות בנים".

דאס איז אייגענטלעך דער אינערלעכער צוועק פון א בית הכנסת-בית המדרש: עס זאל דינען ניט נאר אלס מקום קדוש צו דאוונען און לערנען, נאר אז די קדושה זאל אריבערגעטראגען ווערן און פארבינדען די שול מיט די הייזער פון די מעמבערס, פון גאר יונג ביז גאר אלט. און דאס איז אויך די אויפגאבע פון דעם רב און גייסטיגן פירער פון א קהלה, אז די גאנצע קהלה - מנער ועד זקן טף ונשים, סיי אין שול און סיי אין דער היים - זאל זיין דורכגעדרונגען און פאראיינציקט דורך דער ליכטיקייט פון תורה און מצות און זאל וואקסן אלס גאנצע קהלה, אין פולן זין פון "יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק". און דאס ווערט פארווירקלעכט דורך דער פולער צוזאמענארבעט פון דעם רב די פירער און מעמבערס פון דער קהלה.

השם יתברך זאל אייך אלעמען בענטשן, אז די הצלחה פון די פריערדיקע יארן זאל וואקסן און שטייגן לאורך ימים ושנים טובות, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה.

ז'תעז

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 660 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מוה"ר יעקב יהודה: העכט. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ב רמב.

ווי באוואוסט: זע של"ה אנהייבס פ' וישב. קונטרס ביקור שיקאגא ע' ז.

אונטערשטרייכט: זע בראשית רבה אויף דעם פסוק.