ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תקלב

[ה' טבת תשכ"א]

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע.

און בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבן.

און איך האף, אז זיכער איז איבעריג צו ערקלערן אז יעדער איד, מאן אדער פרוי, יונג אדער אלט, דארף זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך, וועלכער גיט אכטונג אויף יעדערן בהשגחה פרטית, אויף אלע איינצעלהייטן פון זיין לעבן, און ספעציעל אין געזונט זאכן, און דאס דארף צוגעבן שטארקייט און מוט, צו זיין זיכער, אז סוף סוף וועט אלעס זיין צום גוטן.

און אזוי ווי השם יתברך, וויל, אז מ'זאל טאן אלץ, וואס עס ווענדעט זיך אן זיך, אויף א נאטירליכן וועג, דעריבער דארפמען וויסן די מיינונג פון א דאקטאר ספעציאליסט, און אין אייער פאל, א נערווין דאקטאר און שטימונג קענער, און אויספאלגן זיינע אנווייזונגען, און השי"ת גיט זיין ברכה אז עס זאל זיין מיט הצלחה, און ספעציעלע הצלחה, און וואס אלץ מער מ'איז שטארקער אין בטחון, אלץ מער זעט מען די ברכה.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, מ'זאל בודק זיין די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלן זיין כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך די תפילין פון אייער מאן שי', און אז יעדער טאג פון די וואכן טעג אין דער פרי פארן אנטאן די תפילין, געבן א פאר פרוטות (א קליינעם סכום) אויף צדקה, און איר זאלט טאן אזוי, יעדער מאל פאר ליכט צינדן ערב שבת און ערב יום טוב, ווי ס'איז דער גוטער מנהג פון אידישע טעכטער.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

ז'תקלב

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 296 וחכ"א ע' 466.