ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תקמח

[כ' ובת תשכ"א]

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ג טבת, אין וועלכן איר פרעגט מיין מיינונג, אויב צוטיילן די געלט אויף צדקה, אדער מאכן א שטענדיקן קרן.

בכלל איז גלייכער און בעסער צוטיילען, וואס דענסטמאל ווערט די גאנצע געלט פארנוצט בפועל, לויט די הוראות חז"ל, אז הקב"ה גיט א מעגליכקייט צו מקיים זיין א מצוה, דארפמען דאס ניט אפלייגען אויף שפעטער (אין אייער פאל אז דאס זאל זיין נאר א קרן און באנוצען זאל מען זיך נאר מיט די פירות פון דעם).

אין איינקלאנג מיט דער הוראה פון דעם אויבען געזאגטען מאמר רז"ל, איז אויך פארשטענדליך, אז א גרעסערען טייל פון די געלט און וואס גרעסער, וואלט איר באדארפט צוטיילען אליין איצטער און וואס וועט זיכער פארטיילט ווערן לויט אייער וילען, אויך איז א מצוה וואס מ'קען טאן אליין, דארפמען דאס ניט טאן דורך א שליח, און אלס צוגאב צו דאס אויבען געזאגטע, איז דאס אליין צוטיילען א סגולה צו אריכות ימים ושנים טובות

אויך איז מיין חוב (וזכות) צו אנדייטען, אז פון די געלט וואלט געווען זייער א גלייכע זאך און מער ווי גוט, א טייל זאל געגעבען ווערען אויף דרוקען די ספרים פון רבותינו נשיאנו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס דאס איז א אייביקער זכות, וואס יעדער מאל וואס עס ווערט געלערנט אין דע ספרים, איז דע וועלכע האבען ערמעגליכט אין דעם אפדרוקן די ספרים האבען דאך א זכות און א חלק אין דעם לערנען, און אויב עס ווערט נאר דערמאנט דע אידישע נעמען מיטן צוגאב פון די עלטערנס נעמען אויף א בלאט צום ענדע פון ספר (עס טרעפט, אז אייניגע וילען ניט אנגעבען זייערע פאמיליע נעמען, ניט צובריינגען צו עין הרע ח"ו און ענליכעס, אבער דאס האט ניט קיין שייכות צו דעם דערמאנען די נעמען בלשון הקדש, וואס דאס זאגט דאך ניט ווער דאס איז) איז דאך דער לערנער אין דעם ספר, דערמאנט די נעמען.

און השם יתברך המשגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית זאל פירן אין דאס אלץ אויבען געזאגט ווי גוט ס'איז באמת, טוב אמיתי און לאורך ימים ושנים טובות, זאל יעדערער פון אייך טאן פאר אידישע זאכען תורה ומצוה מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.

ז'תקמח

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 431.

אויב צוטיילן.. צדקה: ראה גם לעיל חי"ז אגרת ו'רלו, ובהנסמן בהערות שם. חי"ד אגרת

ה'קמז.