ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך כ /
- ז'תקנב /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך כ > ז'תקנב
ב"ה, כ"ד טבת, ה'תשכ"א
ברוקלין,נ.י.
יארצייט פון דעם אלטן רבי'ן
בעל התניא והשולחן ערוך זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
צו די אנטיילנעמער אין דאם יערלעכן דינער פון
מרכז הישיבות "תומכי תמימים ליובאוויטש"
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דער פאלגענדער סיפור-תורה (דערציילונג וואס דינט אלס לערע) פון דעם אלטן רבי'ן (וועמענס יארצייט איז היינט, ווען דער דאזיקער בריף ווערט געשריבן), וואס מיר האבן געהערט פון דעם רבי'ן דעם שווער, האט א ספעציעלע באדייטונג אין צוזאמענהאנג מיט דעם יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש.
ווען דער צמח צדק איז געווען א קינד און האט געלערנט דעם פסוק ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה
שנה, האט אים זיין מלמד פארטייטשט דעם פסוק, אז יעקב אבינו האט געלעבט די זיבעצן בעסטע יארן פון זיין לעבן אין מצרים. קומענדיק אהיים, האט דער צמח צדק געפרעגט זיין זיידען, דעם אלטן רבין: ווי איז עס מעגלעך אז יעקב אבינו, דער דערוויילטער פון די אבות, איז זיינע בעסטע יארן זיינע גערעכנט די יארן וואס ער האט געלעבט אין גלות אין מצרים, די אומריינסטע פון אלע לענדער?
האט אים דער אלטער רבי געענטפערט: עס שטייט ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה, דערקלערט דער מדרש (ווי רש"י ברענגט אראפ) אז יעקב אבינו האט פאר זיין פארן אין מצרים געשיקט אהין יהודה'ן צו גרינדן פאר אים דארט א ישיבה וואו די שבטים זאלן לערנען תורה. אז מען לערנט תורה ווערט מען נעענטער צום אובערשטען ברוך הוא, און אויך אין מצרים איז געווען ויחי - געלעבט.
* * *
לערע דערפון איז: וען אידן גייען זיך באזעצן אין אן ארט, ווען דאס זאל ניט זיין און וואו דאס זאל ניט זיין, איז די ערשטע זאך דארף זיין - גרינדן דארט אן ארט צום לערנען תורה, און ניט נאר פאר דעם אלטן דור (יעקב, דער פאטער), נאר, ווי אויבן געזאגט, אז די שבטים, די קינדער און יונגער דור, זאלן לערנען תורה. און בשעת מען אנערקענט אז דאס איז דער אנהייב און יסוד פון אידישן לעבן און אן אידישן ישוב, פארפעסטיקט מען און מען ברייטערט אויס דעם תורה- מוסד און עס ווערט געשאפן א מרכז פאר תורה. און דאס פארזיכערט אז די יארן זאלן זיין די בעסטע יארן, כאטש אויסערלעך איז מען אין גלות.
אויך, ווי גאזאגט - דורך דעם ווערט מען דערנעענטערט צום אויבערשטן, דער בעל הבית פון דער וועלט. און מען באקומט אין א פארגרעסערטער מאס דעם אויבערשטנ'ס ברכות פאר אלע באדערפנישן, ניט נאר די לערנער אליין, נאר אויך די שטיצער און עסקנים וועלכע דערמעגלעכן דאס לערנען און פארשפרייטן תורה און מצות.
* * *
דאס אויבענערקלערטע איז שטנדיק געווען די אויפגאבע פון ישיבות תומכי תמימים אין זייער לאנגער געשיכטע פון וואנדערונג פון ארט צו ארט און פון לאנד צו לאנד. דער רבי דער שווער האט באלד ביים אנקומען אין אמעריקע געגרינדעט די צענטראלע ישיבה תומכי תמימים ליובאוויטש אין געלייגט דעם יסוד פאר א ברייט-פארצווייגטע ישיבה סיסטעם. דער מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש האט געבראכט אן אויפלעבונג פון תורה און תורה-לעבן אין דעם לאנד. דאס מוז פארגעזעצט ווערן אין א שטייגענדער מאס, לויט דער שטייגענדער פאדערונג פון אונזער אומרוהיגער צייט, וואס מען איבערצייגט זיך אלס מער און מער אז נאר די ליכט פון תורתנו, תורת חיים, קען ווייזען דעם וועג אין לעבן. און יעדער איינער וואס נעמט אן אנטייל אין דער דאזיגער הייליגער אויפגאבע שאפט זיך איין די ג-גטלעכע ברכות צו מאכן די צייט און די יארן די בעסטע און גליקלעכסטע אין לעבן, אין גשמיות און אין רוחניות.
איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דעם דינער, צו די עסקנים און ערן-געסט.
צוזאמען מיט מיין בקשה און האפנונג, אז דיר יערלעכער דינער וועט שאפן די נויטיקע מיטלען צו באפעסטיקן און אויסברייטערן די ארבעט פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש אין דער גרעסטער מעגליכער מאס.
בכברד ובברכת הצלחה
מנחם שניאורסאהן