ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תקסב

ב"ה, מוצאי שבת קדש פ' בשלח, תשכ"א

ברוקלין.

צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות "תומכי תמימים"

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די מיטטיילונג וועגן דער יערלעכער אונטערנעמונג דעם דינסטאג י"ד שבט הבע"ל.

איך האף אז די פירערשאפט און מיטגלידערינס תי' ווי אויך אלע אנטיילנעמער שי' וועלן מאכן יעדע אנשטרענגונג צו פארזיכערן דען פינאנציעלן און גייסטיגען דערפאלג פון דער אונטערנעמונג.

זיכער געפינען מיר זיך אלע אונטר דעם איינדרוק פון דעם יארצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דער גרינדער און אנפירער פון די ליובאוויטשער ישיבות פאר וועלכע ער האט זיך מוסר נפש געווען בפועל ממש. און דאס איז דאך דער אינהאלט פון געדיינקען און אפהיטן דעם יארצייט, אז יעדער איינער און איינע וועלכע האבן דעם גרויסן זכות צו זיין פארבונדן מיטן רבי'ן און זיין הייליקע ארבעט, זאל זיך דערמוטיקן פארצוזעצן און אויסברייטערן אלע געביטן פון דער ארבעט פון דעם בעל-ההילולא, מיט בענייטע כוחות, אנטשלאסנקייט און מסירות נפש,

די סדרה וועלכע מיר האבן געלייענט היינטיקן שבת, שבת שירה, אונטערשטרייכט באזונדער די וויכטיקייט פון אידישע פרויען, ווי דאס איז געקומען צום אויסדרוק בא קריעת ים-סוף דורך מרים הנביאה און אלע פרויען, פארזעצנדיק, מיט אויסערגעוויינליכער שמחה און התלהבות, דאס וואס משה רבינו האט אנגעהויבן. און דעריבער איז אויך די הפטורה פון דעם שבת די שירה פון דבורה הנביאה (און ניט די שירה פון דוד המלך, וועלכע ווערט געלייענט שביעי של פסח, ווען די זעלבע פרשה אין דער תורה ווערט געלייענט, ווי עס ווערט דערקלערט באריכות אין א שיחה פון בעל ההילולא). די שירה פון מרים הנביאה און פון דבורה הנביאה זיינען ניט נאר א לויב-געזאנג פון אידישע פרויען צום אויבערשטן, נאר אויך פון אויבערשטן צו אידישע פרויען.

אזוי ווי רייד און ברכות פון צדיקים בלייבן און ווירקן אייביק, זאלן די ברכות פון דעם בעל ההילולא ביישטיין יעדן איינים און איינער פון אייך מיט אייערע בני בית שיחיו - צו הצלחה אין אלע אייערע אנגעלעגנהייטן בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות,

ז'תקסב

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 241.

אין א שיחה: אחש"פ תרח"ץ. ס' השיחות תרח"ץ ע' 277. וש"נ.