ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תקצח

ב"ה, י"ב אדר, תשכ"א

ברוקלין.

הרה"ג אי"א נו"נ בעל מדות עסקן רב פעלים

איש המעלה בנש"ק וכו' מוה"ר יצחק מאיר

שי' הכהן

שלום וברכה!

מועתק להלן נוסח שני המברקים שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לשלוח לכת"ר א) במוצש"ק. ב) היום.

א) פורים שמח. הצעתי למוסדות שבחינוך שישתדלו שהנערים ונערות המחוייבים במצות וטוב אשר גם קטנים מהם יקיימו בעצמם משלוח מנות ומתנות לאביונים.

בכבוד. מנחם שניאורסאהן

ב) תודה ובמענה למברקו - בהוספה לקיום המצות ונוסף לערך החינוכי הגדול, הכוונה - הפגנה כלפי מטה והדגשה כביכול כלפי מעלה, דאחדות עמנו המופרד, ושהאחדות בת קיימא רק בקיום דתנו השונות מכל עם. וגם - להמשיך הנוער, ובאמצעותם - אבותם, שילכו בדרכי מרדכי היהודי הכופר בכל העבודות זרות. בכבוד ובברכה. מנחם שניאורסאהן

בכבוד ובברכת פורים שמח

מזכיר

[אגרת המזכירות בקשר להצעה הנזכרת]

ב"ה, ז' אדר, תשכ"א

ברוקלין, נ. י.

אל כבוד הרבנים ראשי ישיבות מחנכים

מורים והורים

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט די פארשטייענדע טעג פון פורים הבע"ל, זיינען מיר באאויפטראגט געווארען פון כ"ק אדמו"ר שליט"א צו ציהען די אלגעמיינע אויפמערקזאמקייט צו דעם ליידער פארשפרייטער מיספארשטענדיניש בנוגע די מצות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים. וועלכע הערשט צווישען אידישע קינדער און יוגענט. פילע פון זיי פארלאזן זיך אויף דער דעה אז מען קען יוצא זיין די דאזיגע מצוה דורך דעם וואס זייערע עלטערען זיינען זיי מקיים, און ליידער אבער טרעפט עז אז אויך פיל עלטערען זיינען עס ניט מקיים ווי עס דארף זיין.

דעריבער, מיט דעם געהעריגן כבוד, ווערן די רבנים, מחנכים און עלטערען געבעטען צו דערמאנען די קינדער וועלכע געפינען זיך אונטער זייער דערציהונג און השפעה דאס פאלגענדעס:

א) צוזאמען מיט דער מצוה צו הערען די מגילה פורים באנאכט און אויף מארגן אין דער פרי, ליגט א חיוב אויף יעדען אינגעל אין עלטער פון דרייצען יאר און העכער, און אויף יעדע מיידל פון צוועלף יאר און העכער מקיים צו זיין פערזענליך די מצות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים. אין דעם טאג פון פורים.

באמערקונג: פון חינוך שטאנדפונקט איז ווינשענסווערט אז אויך אינגערע קינדער זאלן זיך איינגעוויינען מקיים צו זיין די דאזיגע מצות.

ב) די דאזיגע מצות קענען לייכט דורכגעפירט ווערען. פאר משלוח מנות פאדערט זיך בלויז צוויי מינים עסענווארג (צ. ב. אן עפעל און א קענדי, אדער א שטיקל קייק און סאדע, אדער זאפט); מתנות לאביונים קען מען יוצא זיין מיט צווי סענט, איין סענט צו יעדען פון צווי ארימעלייט.

אין דער זיכערע האפענונג אז דער ענין וועט געפינען דעם געהעריגען אפקלאנג לזכות את הרבים און

מיט א הארציגען וואונטש פאר א פרייליכען און גייסטיגרייכן פורים.

בכבוד ובברכה

מזכירות כ"ק אדמו"ר שליט"א

ז'תקצח

מוה"ר יצחק מאיר: לוין. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ט ז'נד, ובהנסמן בהערות שם.

לקמן ז'תרח. ז'תרנד.