ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תרכג

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

לאחינו בני ישראל בכל אתר ואתר,

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

יציאת מצרים, די נקודה (מיטל-פונקט) פון חג הפסח, פארנעמט א גאר צענטראלען ארט אין לעבן פון אידן, סיי פון דעם כלל און סיי פון דעם יחיד. דער ארויסגיין פון מצרים - לערנט אידן, און איז א וועג-ווייזער, און ניט נאר מיט זיין כלליות'דיגען אינהאלט, נאר אויך מיט די פרטים פון דעם.

איינער פון די הויפט שטריכן פון יציאת מצרים איז דער אויסערגעוויינלעכער בטחון אין דעם אויבערשטען און זיין ג-טלעכער השגחה וואס איז געקומען דערביי צום אויסדרוק: א גאנצער פאלק, מיליאנען מענטשען, מענער, פרויען און קינדער פארלאזן מיט אמאל איין איינגעזעסן לאנד, א לאנד וואס איז געווען געבענטשט מיט אלע מאטעריעלע באדערפענישן, און לאזן זיך גיין אין א ווייטן וועג, אן שפייז און אן קיינע זאפאסן - פארלאזנדיק זיך מער ניט און פארלאזנדיק זיך אינגאנצן אויף די רייד פון משה רבינו אין נאמען פון דעם אויבערשטען.

נאכמער: ארויסגייענדיג פון מצרים איז מען געגאנגען ניט מיט דעם באקאנטן און קורצערען וועג, דורך'ן לאנד פון פלישתים, וואס כאטש אפילו דער וועג איז געווען פארבונדען מיט דער סכנה פון מלחמה, איז דאך בא א מלחמה - אלעמאל דא א ספק אפשר וועט מען געווינען; אויב אפילו ניט - דא א מעגליכקייט אז א טייל ווייניגסטענס, וועלען בלייבן לעבן. אנשטאט דעם איז מען אוועקגעגיין אין א וויסטען מדבר, וואו עס איז ניט געווען קיין נאטירלעכע מעגליכקייט צו לעבן.

און ווידער אמאל - דער איינציגער גרונד פון טאן אזוי - ווייל אזוי האט אנגעוויזן משה אין אויבערשטען'ס נאמען.

נאך גרעסער איז דער וואונדער ווען מען באטראכט זיך, אז דאס איז פארגעקומען נאכדעם ווי די אידן האבן אין פערלויף פון 0 יאהר זיך איינגעלעבט אויף דעם זעלבן ארט אן קיינע וואנדערונגען, און דערצו איז דאס געווען - אין גושן מצרים, א לאנד וואס האט געהאט די בעסט- פעטע ערד צום זייען און וואקסען, ניט געווען אנגעוויזן אויף רעגענס נאר אלעמאל זיכער מיט וואסער צום באגיסן און טרינקען פון טייך נילוס - א לאנד וואס איז אינגאנצען איינגעשטעלט און לעבט לויט "נאטור" געזעצען און אומשטענדען.

* * *

מימי צאתך מארץ מצרים, זינט אידן זיינען ארויס פון מצרים מוז דאס אויבענדערמאנטע

- דער אבסאלוטער בטחון אין דעם אויבערשטען'ס השגחה און דער אויפפירען זיך אין אלעם, ביז אין טאג טעגלעכן לעבן לויט זיינע אנווייזונגען אונאפהענגיג דערפון וואס מענטשליכע חשבונות און נאטור געזעצן זאגן -

זיין דער אומבאדינגטער באגלייטער און וועג- ווייזער פון אידן, פון דעם יחיד און פון דעם כלל, אין אלע צייטן.

דאס גיט דעם ענטפער אויף דער פראגע וואס די ניט- אידישע וועלט, און די פאר- ניט-אידישטע צווישן אידן גופא, פרעגן בא אידן שומרי תורה ומצוות:

מיר לעבן אין א וועלט פון קאנקורענץ און געראנגעל פאר עקזיסטענץ, יעדער לעבט אין א באשטימטער לאנד מיט געוויסע אומשטענדען - איז ווי קען מען ניט בוקען זיך און ניט דינען צו די אפגעטער פון דער לאנד (צי דאס איז דער דאלאר, אדער דער מורא האבן זיין אנדערש ווי די שכנים א. ז.וו.), ווי קען מען זיך בינדען מיט 6 מצות וועלכע "באשווערן" און באשרענקען דעם מענטשענ'ס טעטיקייט און ארבעט אויף שריט און טריט?

דער ענטפער איז - יציאת מצרים. און ווי ערקלערט פריער,

און פונקט ווי בא יציאת מצרים, איז דאס אויספאלגן דעם אויבערשטען'ס אנווייזונגען, ניט רעכענדיג זיך מיט די חשבונות פון די אומשטענדען א.ז.וו., און איבעררייסענדיג מיט דער פערגאנגענהייט פון 0 יאהר אין מצרים - דוקא דאס איז געווען דער וועג צום אמת'ן גליק, ניט נאר צום גייסטיקן גליק (באקומען די תורה און ווערן דער אויסגעקליבענער פאלק פון אויבערשטען), נאר אויך צום מאטעריעלן גליק (באקומען אן ארץ זבת חלב ודבש),

אזוי אויך היינט און שטענדיג, און אונאפהענגיג פון דעם וואס דער עבר איז געווען, איז בא יעדער אידן און בא כלל ישראל, דער איינציגער וועג צום אמת'ן גליק - דער איינארדענען זיין טאג טעגלעכן לעבן און דעם לעבן אין אלגעמיין - לויט דער תורה און אירע מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם (ער זאל לעבן אין זיי און מיט זיי).

* * *

אידן זיינען אנגעזאגט געווארען: בכל דרכיך דעהו (אין אלע דיינע אויפפירונגען זאלסט עם - דעם אויבערשטען - וויסן און געדיינקען). אין אלע זיינע טעטיקייטן, זיין גאנצן מעת לעת - האט א איד די אנווייזונגען פון דער תורה און דארף זיי אויספאלגן.

דערפאר קען ער זיך צו יעדער צייט אנשטויסן אויף דער אויבנדערמאנטער פראגע און קשיא. און דעריבער האט מען יעדן אנגעזאגט: זאלסט געדיינקען דיין ארויסגיין פון ארץ מצרים - אלע טעג פון דיין לעבן. א געדיינקען וואס לערנט, לייכט און גיט כח צו אן אויפפירונג, וואס מאכט אז אלע טעג זאלן זיין - אידישע לעבעדיגע טעג. און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אונטערשטרייכט: חג הפסח לייכט און קומט אראפ ניט נאר אין יעדן טאג, נאר - שטענדיג.

בברכת חג הפסח כשר ושמח

מנחם שניאורסאהן

ז'תרכג

נדפסה בהגש"פ הוצ' תשמ"ז ע' תקצא.

וויסטן מדבר: הגדול והנורא נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים (דברים ח, טו).

שמ"ר פכ"ד, ד. וראה זח"ב קנז, א.

בעסט-פעטע.. ניט געווען כו': ראה סוטה לד, ב. בראשית מז, ו. זח"א קח, ב ואילך.

מימי צאתך: מזמן יצי"מ עד גאולה העתידה לבוא בב"א הם ימי צאתך מארצ"מ (רד"ה כימי צאתך, ה'תש"ח).

ווערן דער אויסגעקליבענער: ראה שו"ע רבנו הזקן חאו"ח סי' ס ס"ד. וצע"ק מתניא פמ"ו.

וחי בהם: ראה רמב"ן ויקרא יח, ה.

בכל דרכיך דעהו: ראה טושו"ע או"ח סרל"א.

יעדן אנגעזאגט: ראה שו"ע רבנו הזקן סי' סז.

כ"ק מו"ח אדמו"ר.. אונטערשטרייכט: שיחות חה"פ ה'תש"ג.