ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תרע

ב"ה, ט"ו סיון, תשכ"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א גאר לאנגער איבעררייס, איז אנגעקומען אייער בריף פון עש"ק, אין וועלכען איר שרייבט וועגען פארגרעסערונג פון אייער געשעפט.

בכלל איז דאס א גלייכע זאך, אבער מ'דארף זוכען וועגען אז נאך מאנ"ש זאלן האבן פרנסה בא דעם, און בפרט לויט אייער שרייבען, אז איר זעהט א נויטיקייט א טייל ארבעט איבערגעבען נאך וועמען, פארשטענדליך אז די פרטים און אין וואס פאר א אופן, דארפמען באשליסען אויפן ארט, לויט די אופנים פון מסחר, אבער בכללות - דאס דארף זיין די שטרעבונג און דער ציל, און בפרט ווי באוואוסט אויף וויפיל רבותינו נשיאינו האבן זיך משתדל געווען בפרט בפרנסה לאנ"ש ושנוגע לקיום דאהבת אחים.

צו אייער שרייבען דעם פארשלאג פון שותפות מיט נאך איינעם וועלכער האט שוין אזא געשעפט - דאס היינגט אפ אין דער תכונת הנפש און כאראקטער פון דעם באטרעפענדען, און וויבאלד לויט אייער שרייבען, איז ער שוין א ליינגערע צייט אין דעם געשעפט, וייסט מען מן הסתם בפרטיות אין דעם.

בכללות דארפמען נעמען אין חשבון, אז ווען עס קומט א שותף פון א שוין איינגעפירטען געשעפט, באטאנט ער זיינע תביעות און פילט זיך שטארקער, און דאס האט דאך אויך א ארט אין שכל ויושר - דעריבער דארפמען אויך דאס נעמען פאראויס אין חשבון, און אויך די צווייטע גוטע זייט - אז עס ווערט דאך קלענער די קאנקורענץ.

איך האף אז ניט ווארטענדיג אויף דער ענדערונג אין געשפעט, וועט איר צוגעבען אין די פעולות פאר בית ליובאוויטש - כמצווה, און - אלס צוגאב אז דאס איז א צנור וכלי לברכת השי"ת.

געוויס האלט איר אן די שלשת השיעורים דחומש תהלים ותניא הידועים.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר