ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תרפ

ב"ה, ערב שבת קדש פ' שלח, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ. י.

אגודת נשים דבראנזוויל ואיסט ניו יארק

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דער הויכפונקט פון דער היינטיקער סדרה פרשת שלח, איז די שליחות פון די צוועלף פארשטייער פון אידישן פאלק וועמען משה רבינו האט געשיקט אומרייזן און אויספארשן די לאנד וואס דער אויבערשטער האט די אידן צוגעזאגט, ארץ ישראל.

אייגענטלעך, איז ניט פארשטענדלעך: וויבאלד אז די שליחות איז געשיקט געווארן פון משה רבינו, איז דאך דאס געוויס לויט דער תורה, איז פארוואס דערופן ארויסגעקומען אן אומגליק און בכי' לדורות, אן אומגליק וואס האט זיך אפגערופן אויך אויף שפערטערדיקע דורות?

דער ענטפער איז: די שליחות איז טאקע געווען אין איינקלאנג מיט דעם תורה צוזאג, וואס פאדערט אז א איד, סיי דער יחיד און סיי דער כלל, זאל טאן וואס איז אפהענגיק פון אים בדרך הטבע (אויף א נאטירלעכן אופן), אבער דערביי דארף ער וויסן, אז די ברכה און הצלחה קומט פון דעם אויבערשטען, און אויב נויטיג אפילו למעלה מדרך הטבע (איבערנאטירלעך). די מרגלים האבן אבער ניט אין דעם זין געטאן און גערעדט. זיי האבן געמאכט זייערע אייגענע חשבונות וועגן אויסגאנג און דערפאלג פון דעם אייננעמען ארץ ישראל און האבן גענומען אנרעדען די אידן מען זאל ניט מקיים [זיין] (ערפילן) דעם אויבערשטענס אנזאג.

יעדע אונטערנעמונג, אין פריוואטן לעבן און בפרט אין כלל זאכן - פונקט ווי דאס גאנצע אידישע לעבן, איז א שליחות פון דעם אויבערשטען.

אויב מען דערלאזט ניט אז מענשלעכע חשבונות זאלן פארטונקלען דעם בטחון אין דעם אויבערשטען, איז דער דערפאלג - געזיכערט. יעדער איינער און איינע דארף טאן אלץ וואס איז אפהענגיק פון זיי, און דער אויבערשטער וועט מצליח זיין למעלה מדרך הטבע (אויף אן איבערנאטירלעכן אופן).

בפרט אן אונטערנעמונג וועלכע האט פאר איר ציל און אויפגאבע - צו העלפן א מוסד חינוך על טהרת הקדש, אן אונטערנעמונג וועלכע פארבינט דירעקט די אנטיילנעמער מיט דער תורה הקדושה און דעם אויבערשטן, איז זיכער אז דער זכות התורה און זכות הרבים קומט צו הילף. און וואס גרעסער די אנשטרענגונג צו דערפילן די שליחות אין דער פולסטער מאס, אלץ גרעסער איז די ג-טלעכע ברכה - און ניט נאר פאר דער הצלחה פון דער ארבעט, נאר אויך אין דעם וואס מען נויטיקט זיך אין פערזענלעכן און פאמיליען לעבן, נחת פון קינדער, געזונט און פרנסה בהרחבה.

בברכת הצלחה און צו גוטע בשורות אין דער ארבעט און - בכלל.

ז'תרפ

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 688.