ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תשח

ב"ה, כ"א תמוז, תשכ"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שאול שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון דעם ועד המסדר, וועגען דער התועדות וואס איר האט איינגעארדענט, אין פארבינדונג מיט די ימי הסגולה ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז, באפרייאונג טעג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און וואו עס האט זיך גערעט דברי תורה, חזרת מאמר דא"ח און אויך דברי התעוררות.

און השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע פילע יארן זאלט איר איינטייל נעמען אין דער איינארדנונג פון אזעלכע התועדות'ן, און מ'זאל נעמען פון זיי - ווי ס'איז דער צוועק פון יעדער חסידות'שע התועדות - די התעוררות אויף א גאנץ יאר, צו טאן אין ענינים פון אידישקייט תורה ומצות מתוך שמחה וטוב לבב מיט חסידות'שע התלהבות.

און מ'זעהט דאך, אז אפילו נאר איינער, ווען ער וויל אויף א אמת און טוט אין דאס אויבען געזאגטע, איז ער מצליח אין יעדער שטאט און מדינה וואו ער זאל ניט זיין, און בפרט אז ס'זיינען פראן נאך מיטהעלפער, וואס דענסטמאל איז דאס נאך מער בהצלחה.

בפ"ש צו די אלע וועלכע האבען זיך באטייליגט אין דער התועדות ובברכה אז בתוך כלל ישראל זאלען מיר אלע זוכה זיין צו דעם קיום היעוד וועלכעס איז צוגעזאגט געווארען פון זכרי' הנביא בשם ה', און דאס זאל זיין בקרוב, צום הרביעי וגו' יהי' לבית יהודא לששון ולשמחה ולמועדים טובים (זכרי' ח', יט).

בברכה לבשו"ט.

נ. ב.

בייגעלייגט פון דאס לעצטענס ערשינענע, וואס זיין אינהאלט איז נוגע דעם גאנצען יאר.

ז'תשח

מו"ה שאול: שיפרין, פריסקא. אגרת נוספת אליו - לעיל חי"ד ד'תתקפז.