ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תשנו

ב"ה, ערב שבת קדש פרשת אתם נצבים היום, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה מרובה

מיר געפינען זיך אין די טעג פון צוגרייטונג צום נייעם יאהר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.

אויב אין יעדער זאך איז תורתנו תורת חיים, די לערערין און וועג ווייזערין פון א אידן,

איז דאס דאך זיכער אזוי און פון ספעציעלער וויכטיקייט - ווען עס רעדט זיך וועגן צוגרייטן זיך צו א נייעם יאהר,

א יאהר וואס מען ביט און מען האפט אז ער וועט אנהייבען א נייעם פיל בעסערען לעבן, בעסערען אין אלע הינזיכטען.

* * *

די סדרה פון תורה פון היינטיגע טעג - אתם נצבים היום - וואס "ווערט אלעמאל געליינט פאר ראש השנה און דאס ווערט אויך אנגעדייטעט אים דעם ווארט היום - וואס גייט אויף ראש השנה" - גיט גלייך אין אנהייב סדרה די אנווייזונג אין דאס אויבענדערמאנטע:

אתם נצבים היום כולכם לפני הוי' אלקיכם (איר שטייט פעסט היינט אלע צוזאמען פאר דעם אויבערשטן אייער ג-ט),

אתם נצבים - אידן דארפן שטייען פעסט און אונבויגזאם - ניט קוקענדיג וואס זיי זיינען המעט מכל העמים (די ווייניגסטע צווישן אלע פעלקער),

און דאס קאן זיין דאן, ווען זיי זיינען פארבונדן און פאראייניקט צוזאמען - כולכם.

ווי איז אבער מעגלעך צו שאפן אן אמת'ע און שטענדיקע פאראייניקונג פון פארשידענע מענטשן, מיט באזונדערע געדאנקען, אינטערעסן און שטרעבונגען?

דער ענטפער איז - לפני ה' אלקיכם. די פאראייניקונג פון אלע אידן איז מעגלעך דערפאר וואס אייגנטליך זיינען זיי שוין פארבונדן דורך זייער נשמה, די נפש האלקית, וואס זי איז א חלק אלק' ממעל ממש, וואס געפינט זיך בא יעדן אידן, אן אויסנאם. און דער טיפער אריינטראכטען זיך אז מען שטייט לפני ה' וואס ער איז אלקיכם, אייער כח און לעבן - ברענגט ארויס און פארווירקליכט די פארבינדונג פון איין אידן מיט א צווייטן, און פון דעם יחיד מיט דעם כלל, אין דער פולסטער מאס.

וואס איז דער ציל און צוועק פון דער פאראייניגונג? ערקלערט ער גלייך: לעבדך בברית ה' אלקיך אשר ה' אלקיך כורת עמך היום - כדי דו זאלסט אריין אין א בונד מיט'ן אויבערשטן אננעמענדיק זיין שבועה - א בונד וואס דער אויבערשטער שליסט מיט דיר היינט - פון דאס ניי. א בונד וואס איז געמאכט למען הקים אותך היום לו לעם - אז דו זאלסט אויפגעשטעלט ווערן אלס דעם אויבערשטען'ס פאלק -

א פאלק וואס פירט זיך, ביז אין טאג טעגליכען לעבן - לויט דעם אויבערשטען'ס תורה און ערפילט אלע זיינע אנוויזונגען.

ויהי רצון אז דע אויבעדערמאנטע זאל דורכגעפירט ווערען פון יעדערן און יעדערע אין א גוטן אופן און אין דער פולסטער מאס,

און דער נייער אנקומענדער יאר זאל זיין א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.

מנחם שניאורסאהן

ז'תשנו

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 429.

דאס קען זיין כו': מדרש תנחומא ר"פ נצבים.

מעגלעך דערפאר כו': זע תניא פרק לב.

אליקכם אייער כו': זע זוהר ח"ג רלא, א.

דאס קען זיין כו': מדרש תנחומא ר"פ נצבים.

מעגלעך דערפאר כו': זע תניא פרק לב.

אלקיכם אייער כו': זע שולחן ערוך אורח חיים סימן ה'.

היינט פון דאס ניי: זע ראש השנה טז, א: בראש השנה.. שתמליכוני עליכם. הוריות יא, ב: אין מושחין מלך בן מלך וא"ת מפני מה משחו כו'. שמואל א יא יד-טו: ונחדש גו' וישמח גו' עד מאד. אגרת הקדש (פון אלטן רבי'ן) סימן יד.