ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תשעב

ב"ה, כ"ז אלול, ה'תש"ב

כבוד ידידינו וו"ח אי"א, עסקנים חרוצים

רבי מעש, חובבי

תורה ורודפי צדקה וכו', אגודת חסידי חב"ד

ולעידיס

עקזילערי בנוארק, נ.דזש.

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיט גרויס דאנק באשטעטיקן מיר די ערהאלטונג פון אייער חשובע ביישטייערונג פון 15$.00, וואס מיר האבן ערהאלטן דורך ידידינו הרה"ג הרה"ח התמים המצויין, איש אשכולות ורב פעלים, מוהר"ר משה פנחס נ"י כ"ץ.

עם פרעהט אונז צו זעהן אייער גוטע און ווארימע אינטערעסירונג אין אונזער וויכטיגע ארבעט, און מיר האפן, אז איר וועט אויך ווייטער ארויסווייזן אייער גוטע אינטערעסירונג און מיטהילף אין דער דאזיגער ארבעט, ניט נאר מיט אייער חשובע ביישטייערונג, נאר אויך דורך ארבעטן אליין אין גייסט פון דער פראגראם פון "מחנה ישראל".

בייגעלייגט דעם רבינ'ס שליט"א רייד וועגן מחנה ישראל, און מיר לייגן אויך ביי אונזער ווענדונג וועגן תהלים, צו פרויען א.ז.וו.

מיט דעם וואונטש פון א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין דער ארבעט.

לאלתר לתשובה, לאלתר לגאולה,

מ. שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

ז'תשעב

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 48, מצילום האגרת.

רייד וועגן מחנה ישראל: של אחש"פ תש"ב. נדפסה בס' השיחות תש"ב ע' 114.

וועגן תהלים: ראה לעיל אגרת ז'תשסח, ובהנסמן בהערות שם.

צו פרויען: נדפסה בס' תולדות חב"ד בארה"ב ע' שי.

יו"ר ועד הפועל: מחנה ישראל.