ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תשעה

ב"ה, א' חשון, תש"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

חשובער און געעהרטער ה' אבא רייכמאן שי'

ברוקלין

בייליגענד שיקן מיר אייך א קאפיע פון אונזער בריף צו ד"ר גארדאן.

בהסכם מיט אונזער געשפרעך, האפען מיר אז אייך וועט בא דער ערשטער געלעגינהייט מעורר זיין ד"ר גארדאן צוצואיילען זיך מיט דער רעצענזיע, ווייל ווי געזאגט, איז עס דאך אן ענין שהזמן גרמא.

מיר ווילען אייך דא דערמאנען צו זעהן צו פארעפנטליכן נאכאמאל דעם נאטיץ וועגן לוח, ווי איר האט אונז צוגעזאגט.

מיט אכטונג,

(פאר) הרב מנחם

שניאורסאהן

סעק.2