ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תשעח

ב"ה, י"ט שבט, תשג"ה

כבוד הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו'

מוהר"ר ראובן שי' פייטלבערג

שלום וברכה!

ידידנו הנכבד והנעלה הרה"ג והרה"ח ר' משה לייב שי' ראטשטיין האט אונז געשריבן אז ער האט זיך געזען מיט אייך, און האט אונז מיטגעטיילט צו אונזער פרייד, אז איר זייט טעטיק אויפן חנוך געביט און אז איר זוכט מיט אלע מעגליכקייטן מחנך צו זיין אייערע תלמידים שי' ביראת שמים. ער בעט אונז אויך צוצושיקן אייך געוויסע חנוך אנווייזונגען.

אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואלטן מיר אייך בעטן מודיע צו זיין אונז מער פרטים וועגן אייער מוסד חנוך, ווי די צאל כתות, צאל תלמידים אין יעדער כתה און זייער עלטער, וואס זיינען זייערע ידיעות, וויפיל צייט קענט איר אפגעבן אויף לערנען מיט יעדער כתה א.א.וו.

אויפן יסוד פון די אויבנדערמאנטע ידיעות וואלט לייכטער געווען אויסצוארבעטן בע"ה א למודים-פלאן פאר אייער מוסד החנוך.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.

געוויס האט איר ערהאלטן אונזער סעמפל-בענצערל, און זיכער וועט איר זען זיין תועלת פאר קינדער. די פרייז איז 15 סענט. בא א גרעסערער צאל קאפיעס 10 סענט.

ז'תשעח

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 54, מהעתק המזכירות.

אייערע תלמידים: בראק איילענד, אילינאיס.