ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתנה

ב"ה, ד' תמוז, ה'שי"ת

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהור"י

הכהן שי'

שלום וברכה!

אייער בריף פון ר"ח תמוז מיט בייגעלייגטן שעק אויף נאמען פון מרכז לעניני חנוך ערהאלטן. לויט אייער רשות צו טיילן לדעתי, האב איך עס פארטיילט: מעשר אויף מעמד.

האלב פון די איבערגעבליבענע - אויף אפדרוקן און פאנאנדערשיקן דעם קונטרס פון י"ב -י"ג תמוז הבע"ל, ווען עס וווערט דעם רבי'ן זיבעציק יאר. און אויפגעשריבן אפן קונטרס אז דאס זאל פועלן מחזק זיין די התקשרות פון הרוצה בעילום שמו צום רבי'ן - (דורך דרוקן און פארשפרייטן זיין תורה בכל קצווי תבל).

איך האב עס ספעציעל געטאן, ווייל איך ווייס ניט וואס עס טוט זיך מיט התקשרות (האט נאר קיין פאראיבל ניט פארן זאגן עס).

איך זע כמה וכמה מופתים פון רבי'ן איצט, איז אויב איר זאגט, אז בא אייך איז "ניטא קיין נייעס" - מוז דאך עפעס זיין א סיבה אין דעם.

זייער מעגליך, אז דער רבי האלט אז מ'דארף איצט ניט פארקויפן דעם בילדינג דערפאר איז ניטא קיין קונים וכיוצא בזה.

און אפשר איז דאס מצד דער חלישות, ח"ו, בהתקשרות. - (איך גלויב אבער אז איר האט אויך געהאט מופתים (מיט'ן שותף וכיוצא בזה) נאר איר באמערקט ניט אלע) - דערפאר האב איך פארנוצט א טייל פון אייערע געלד אף דער הפצה פון רבי'ס תורה - איינע פון די בעסטע עצות אוי[ף] התקשרות לנשיא ישראל בעל התורה.

די צווייטע העלפט אריינגעטראגן אין דער לשכת חשאים פון וואנעט דער רבי פלעגט העלפן בחשאי צו אנשים נכבדים און וואס עס ווערט געטאן אויך ווייטער.

דער קונטרס וועט זיין פארטיק אין אייניגע טעג ארום. דער כתר שם טוב בייגעלייגט.

ביטע מודיע זיין אז איר וועט עס באקומען.

המברכו בכל טוב ומחכה לבשורות טובות,

הרב מ.ש.

ז'תתנה

מהעתק המזכירות.

מהור"י: כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תרסו,ובהנסמן בהערות שם.