ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתפב

ב"ה, יום ראשון לסדר בהעלתך את הנרות, תיש"א

ברוקלין, נ.י.

צו אלע איינטיילנעמער אויף דער היינטיקער התועדות פון

"ארגון בית רבקה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

א בשורה טובה איז געווען פאר מיר די ידיעה, אז דער "ארגון בית רבקה" - תחת השגחת המרכז לעיני חנוך - האט ערווארבן נאך א בנין אין א נייעם טייל פון שטאדט, מיט דעם ציעל צו עפענען דארטן נאך א "בית רבקה" סקול, און געבן דורכדעם די מעגליכקייט פאר א גרעסערער צאל פון אידישע טעכטער - כן ירבו - צו באקומען אן ערציאונג ברוח התורה והיהדות.

דאס פארגרעסערונג און אויסברייטונג פון א וויכטיקן מוסד, איז בכלל צופרידנשטעלנד, שוין צוליב דעם ווואס עס באווייזט אויף דער לעבנסקראפט פון דעם אנשטאלט, נאך מער באגריסנסווערט איז די גרינדונג פון חנוך תורה מוסדות, אין מערער און מערער טיילן פון שטאדט, וואס דורכדעם וועט בעזרת השם יתברך געזיכערט דער גייסטיקער און פיזישער קיום פון כלל ישראל.

באזונדער צו באגריסן איז די עפענונג פון נייע אפטיילונגען פון די "בית רבקה" שולעס, וואס באווייזט אויף דעם באוואוסטזיין פון זייערע עסקנים, אז מען טאר זיך ניט באפרידיקן מיט דעם וואס ס'איז שוין עררייכט געווארן אויף דער געביט, כל זמן עס איז נאך דא איין אידישע מיידעלע וועלכע באקומט ניט איר ערציאונג, צוליב מאנגל פון א געהעריקע צאל עכט אידישע שולעס.

איך שיק מיין באגריסונג צו אלע אנטיילנעמער אויף דער חגיגה און צו אלע עסקנים פון "ארגון בית רבקה" בראש מיט הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עסקן נמרץ ורב פעלים וכו' מהור"י שי' דזשייקאבסאן, און רוף זיי אונערמידנד צו ארבעטן נאך מער און מער פאר דעם חנוך הבנות על טהרת הקדש, לויט דעם רצון וציווי פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

איך האף, אז יעדער באוואוסטזיניקער איד, מאן און פרוי, וועלן ערפילן זייער פליכט מיטצוהעלפן דעם קיום און אויסברייטונג פון די שוין עקזיסטירנדע בית רבקה שולעס און פאר דער ערעפנונג פון נייע בית רבקה שולעס.

בא א באזוך פון חינוך עסקנים בא עם, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע געזאגט:

"דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל חוב, און די אלע וואס טוען און העלפען אויפן געביט פון חינוך הכשר - באצאלט זיי דער אויבערשטער בהמצטרך להם, ובפרט אין אידישען נחת פון קינדער".

דברי צדיקים חיים וקיימים לעד.

ובטח וועט השי"ת בענשען אלע מיטהעלפער פון דער בית רבקה בעוועגונג, און די איינטיילנעמער פון דער צוזאמענקונפט בתוכם, בהמצטרך להם בגשמיות וברוחניות.

בברכת טוב גשמי ורוחני,

מ. שניאורסאהן

ז'תתפב

מצילום האגרת.

געזאגט: ראה גם לעיל ח"ז אגת ב'קי, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ז'תתקיז. ז'תתקסט.