ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקב

ב"ה, ט"ו שבט תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטען אייער פדיון נפש דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יעקב יהודא שי' העכט, אין וועלכן ער שרייבט מיר אויך דאס וואס איר האט עם דערציילט פון אייער פארגאנגענהייט... און אויך שרייבען א ספר תורה אין אייער נאמען, און שיקען די ספר תורה אין ארץ ישראל, און פרעגט מיין מיינונג אין דעם.

זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן די הייליקייט און גרויסקייט פון א ספר תורה, אבער עס איז פראן דאס וואס איז נאך מער הייליקער ווי א ספר תורה, און דאס זיינען די אידען וועלכע לערנען די תורה, און גראדע אין ארץ ישראל בא דם יעצטיגען מאמענט, וואס עס זיינען אנגעקומען טויזענטער אידישע קינדער וועלכע נויטיגען זיך אין א תורה ומצות ערציהונג, אז זיי זאלען וויסען וואס אידישקייט איז, שמירת שבת כשר א.א.וו. ליידער זיינען די צאל עקזיסטירענדע ישיבות און חדרים צו קליין אויף צו ארייננעמען די אלע אנגעקומענע אידישע קינדער. און טאג טעגליך קומען אן פון דארטן הארץ רייסענדע בריף וועגען דעם. וואס מיט א קליינע סומע בערך וואלט מען געקענט ראטעווען טויזענטער אידישע קינדער וועלכע זאלען ניט אפגעריסען ווערן ח"ו פון אידישן פאלק, און זאלן אויף שטענדיג בלייבן תורה טרייע אידען.

און דאס זעלבע איז אויך אין צפון אפריקא, וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ, זי"ע האט א קורצע צייט פאר זיין הסתלקות באפעהלט צו איינארדנען דארטן חדרים און שיבות צו לערנען די דארטיקע אידישע קינדער תורה ויראת שמים, און עס איז נויטיג געלט מיטלען אויף דעם.

איז מיין עצה דעריבער, וויבאלד קיין ספרי תורה פעלט ניט יעצט אין ארץ ישראל (זיי זיינען געבראכט געווארן פון יוראפישע לענדער), דאגעגען געלט אויף אויצוהאלטען מלמדים, און צו קויפען סידורים חומשים או ענליכעס ספרים, איז זייער נויטיג סיי אין ארץ ישראל און סיי אין צפון אפריקה, און דערפאר איז מיין מיינונג, אז וויבאלד איר האט דעם גוטען ווילען צו שרייבען א ספר תורה, אבער האט נאך ניט באשלאסן און פרעגט מיין מיינונג, זאלט איר זיך נאכפרעגען וויפיל וואלט קאסטען אט אזא ספר תורה צו שרייבען. און דעם סכום מיט א צוגאב פון איין דאללאר אוועקגעבען פאר גרינדען נאך א חדר אדער א תלמוד תורה אין ארץ ישראל און אין צפון אפריקה און אויך שיקען צו זיי סידורים, און אויף די סידורים ועט אנגעפרינטעט ווערען אז די וואס וועלען יוזען די סידורים זאלען מתפלל זיין און דערמאנען צום גוטען די מנדבים - אייך און אייער מאן שיחיו.

די גרויסקייט פון דעם זכות וואס איר וועט האבען דורך דעם איז שווער איבערצוגעבען אין ווערטער און בפרט אין א בריף, אבער איך האף אז איר וועט באגרייפען פון מיין שרייבען די וויכטיגקייט פון דעם, און השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט פארריכטען אינגאנצען אייער פארגאנגענהייט און פון היינט אן און ווייטער זאל זיין בא אייך א גוטער אידישער לעבען על פי התורה והמצוה.

בברכה.

ז'תתקב

מהעתק המזכירות.