ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקיד

ב"ה, ג' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שמחה מאיר שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו ערהאלטען אייער בריף פון מוש"ק בה"ב, אין וועלכען איר שרייבט אז דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מאיר שי' בליזינסקי, האט איר זיך באקאנט מיט חסידות חב"ד, און האט אנגעהויבן צו לערנען תורת החסידות, און בעט צו פאררעכנען אייך צום קהל חסידי חב"ד:

עס האט מיר געפרייט דאס אלעס אויבען געזאגטע, און אויף דעם שטייט געשריבן אין די ספרים הקדושים, אז א איד וויל זיך פירן אין גוטען וועג אוף א אמת, העלפט עם השי"ת, ובפרט א ענין וועלכער איז פארבונדן מיט תורה וואס אויף דעם איז געזאגט געווארען יגעתי ומצאתי תאמין, און בפרט תורת החסידות, וואס אין אונזערע יעצטיקע צייטען פון דעם גלות כפול ומכופל זיינען זייער נויטיק ענינים וועלכע בריינגען צו אהבת השם ויראת ה' און צו עבדו את ה ' בשמחה, וואס די אלע זיינען די יסודות פון תורת החסידות.

איך האף אז לויט די אנווייזונג פון רז"ל וואס זיי האבען געזאגט אז מעלין בקדש כו' וכל המוסיף מוסיפין לו, וועט איר אויך מוסיף זיין אין די שיעורים פון תורה בכלל און בתורת החסידות בפרט, און וועט זעהן אויך צו באטייליגען זיך אין די חסידישע צוזאמענקונפטן סיי א צוזאמענקונפט פון לערנען און סיי א פארבריינגען פון חסידים וועלכע זאל פארשטארקן אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השי"ת, וואס דאס אלעס וועט אייך געבען א צוגאב חיות אין תורה עבודה וגמילות חסדים,

זיכער ווייסט איר וועגן די דריי שיעורים וועלכע מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט מתקן געווען פאר אלע אידען, וואס דאס איז די שיעורים פון חומש תהילים ותניא אלע טאג, און האלט זיי אן.

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

ז'תתקיד

מצילום האגרת.

מוה"ר שמחה מאיר: וויינמן, רמת גן.