ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקיז

ב"ה, ט"ז סיון תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוהר"ר

אברהם שי'

שלום וברכה!

עס פרייט מיך צו הערן פון צייט צו צייט גערוסן פון אייך, און פון אייער ארבעט פאר די ענינים פון תורה ומצות בכלל און פאר דער ישיבה תומכי תמימים אין מאנטרעאל בפרט, און עס איז באוואוסט דער אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר אין נאמען פון זיין פאטער "אז הקב"ה בלייבט ניט קיין בע"ח", און די וועלכע זיינען זיך משתדל און גיבען אריין אין אידישע קינדער - וואס אלע אידן זיינען השי"ת בן יחיד - חיות בגשמיות וברוחניות, דורך דעם וואס מען גיט זיי די מעגליכקייטן צו לערנען תורת השי"ת, גיט זיי השי"ת א צוגאב חיות, גאר בפשטות אין גוטן געזונט און הצלחה אין זייערע ענינים, די כללות'דיקע און פרטית'דיקע, און עס ווערט מקויים בא זיי, דאס וואס רבנו הזקן האט געזאגט, ווי מיר האבן פילע מאל געהערט פון כ"ק מו"ח אדמ"ר, אז השי"ת גיט אידן גשמיות און זיי מאכן פון גשמיות רוחניות.

השי"ת זאל אייך העלפן מיט אריכות ימים ושנים טובות, גוטע אין אלע אופנים, און זאלט קענען פארזעצן אייער ארבעט, און נאך אין א גרעסערע מאס, פאר דער ישיבה תומכי תמימים אין מאנטרעאל בפרט ולהרמת קרן ישראל בכלל.

בברכה,

ז'תתקיז

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 117.

אויסשפראך: ראה גם לעיל אגרת ז'תתפב, ובהנסמן בהערות שם.