ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקמ

ב"ה, בשנים בשבט, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

צו אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער דרייצנטער

יערלעכער ארצות-הברית-חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-

תמימים ליובאוויטש,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך באגריס הערצלעך אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער היינטיקער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, און ווענדע מיך צו יעדערן פון זיי מיט דעם דורך-מנהג-ישראל-תורה-הוא-געהייליקטן ברכה-אויסדרוק:

ברוך הבא בשם ה'!

אמעריקאנער אידן דארפן אפגעבן א שבח והודי' צום אויבערשטן וואס זיי האבן זוכה געווען, אז הוד כ"ק מו"ח אדמו"ר, זצוקללה"ה"ה נבג"מ זי"ע האט בא זיין אנקומען אהער מיט דרייצן יאר צוריק גלייך פארפלאנצט דעם אייגנארטיקן ג-טלעכן וויינגארטן, כרם ה' צבאות, די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אויך אויפן אמעריקאנער באדן.

בא היינטיקן טאג, אונטערציענדיק א סך-הכל פון די דרייצען יאר אונערמידלעכער מסירות-נפש'דיקער ארבעט פון די ישיבות תומכי-תמימים דא אין לאנד, זיינען איבערצייגט, די אלע וועלכע זעען און שאצן אפ זאכן לויט זייער ריטיקן אמת'ן אינהאלט און ווערט, אין דער גרויסער ג-טלעכער ברכה וואס די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, מיט זייערע פילע הונדערטער תלמידים יראים ושלמים מסורים ונתונים לה' ולתורתו הק', האבן איריינגעבראכט אין דעם אידישן לעבן באמעריקא. דער מוסטער פון מסירות-נפש פון די תלמידים ומחונכים און זייער טיפגרייכנדער איינפלוס אויפן אידישן געזעלשאפטלעכן און אויך פרטיות'דיקן לעבן איז אן איבעראל אנערקענטער פאקט.

מיר אלע זעען באשיינפערלעך, ווי פאר אונזערע אויגן ווערט פארווירקלעכט, מיט יעדן טאג אלץ מער און מער, די גרויסע הייליקע אויפגאבע וואס הוד כ"ק מו"חא אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט זיך געשטעלט בא זיין אנקומען אין אמעריקע, און האט וועגן דעם מערערע מאל מודיע געווען בא פרשידענע געלעגנהייטן; דאס איז:

מאכן אמעריקע פאר א מקום תורה ביראת שמים!

און די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש האבן א גרויסן און חשובן חלק אין דער אויספירונג און דערנעענטערונג צו דער מטרה.

און דעריבער, אין דער צייט ווען דער מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, לעבט איבער א העכסט ערנסטן פינאנציעלן קריזיס, וואס שטעלט אין געפאר די שוין עקזיסטירנדע מוסדות און, זעלבסטפארשטענדלעך, באשווערט די אומבאדינגט נויטיקע אויסברייטערונגען און פארגרעסערונג פון דער צאל ישיבות,

מוזן אמעריקאנער אידן, און בפרט די אלע פארזאמלטע, דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם באוואוסטזיין, אז דאס איז זייער חוב קדוש צו מאכן די גרעסטע אנשטרענגונגען אויף צו געבן דעם מאקסימום הילף צו די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, בכדי צו דעקן זייער גרויסן דעפיציט און געבן די מעגלעכקייט ווייטער אנצוגיין מיט דער ארבעט פון הרבצת תורה ביראת שמים, און מאכן אמעריקא פאר א מקום תורה ויראת שמים.

איך האף, אז די אלע פארזאמלטע, און יעדערער פון זיי, וועט באם היינטיקן צוזאמענקונפט זיך אנשטרענגען צו באשטייערן אליין די מאקסימאלע סומע, און אויך מיטהעלפן אז עס זאל גלייך געשאפן ווערן דער נויטיקער סכום וואס די הנהלת מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש ערווארט.

און דער זכות פון צדקה בכלל, און בפרט צדקה וואס איז פארבונדן מיט חינוך הכשר, שטארקונג פון אידישקייט, תורה ויראת שמים,

וועט ממשיך זיין און ברעגען צו די אנטיילנעמער, הם ביתם ובני ביתם שיחיו, ברכה והצלחה בהמצטרך להם - בבני, חיי ומזוני רויחי.

בכבוד ובברכה,

מנחם שניאורסאהן

ז'תתקמ

מצילום האגרת.