ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקמג

ב,ה, ו' שבט, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מוה"ר... שי'

שלום וברכה!

מיט צופרידענהייט און פרייד האב איך באקומען אייער בריף וועלכן איר האט אנגעהויבן שרייבען י"ט טבת, און אין וועלכן איר באשרייבט ווי עס איז אדורך דער חודש תשרי און נאך דעם.

איך בין העכסט צופרידען צו זען, אז איר האט זיך אליין איבערצייגט אין דעם אויפטו וועגן די ס"ח, און איך בין זיכער אז דאס וועט אייך דינען אלעס א מוסר השכל אז יעדער איד איז א שליח פון הקב"ה און ווען אפילו עס דאכט זיך עם אז ער איז שוואך אין זיינע כחות בגשמיות אדער אין רוחניות, איז דאס נאר וויילע ער פארגעסט לשעה אז ער איז א שליח פון הקב"ה וואס זיינע כחות זינען אין סוף ובלי גבול, אבער ווען ער געדיינקט אז ער איז א שליח פון הקב"ה איז דאס בריינגט עם הצלחה און בריינגט אויך געזונט כפשוטו בגשמיות.

און השי"ת זאל אייך מזכה זיין מיט נאך גוטע שליחות'ן לאריכות ימים ושנים און זאלט דאס אויפירן מתוך שמחה און בעסערען געזונט-צושטאנד, און זאלט קענען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם צושטאנד פון אייער פרוי תחי'.

נאך שבת - מאנטאג יו"ד שבט, איז דער יארצייט טאג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר-זיין אייך און אייער פרוי תחי', און בייגעלייגט איז דא א קורצע ביאגראפיע אין אידיש וועלכע איז די טעג ארויס פון דרוק, און וועלכע וועט אייך נוצען אויך אין אייער השפעה צווישן אייער סביבה.

בברכה לרפואה קרובה לו ולזוגתו שיחיו ולבריאות הנכונה.

המחכה לבשו"ט.

ז'תתקמג

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 67.