ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקמז

ב"ה ט"ז שבט, תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

הרבנית מרת חנה תחי'

ברכה ושלום!

...וועגען דעם וואס איר שרייבט אין אייער בריף אז איר זייט דיסאפאינטעט און דעריבער האט איר געסטאפט צו טאן אין דעם ענין פון טהרת המשפחה, איז זיכער דאס ניט א גענוגענדער טעם. אז השי"ת שטייט אן צו האבן צו טאן מיט יעדערן פון אונז פילע מאל און ווערט ח"ו ניט דיסאפאינטעט, במילא דארף דאס דינען פאר א מוסר השכל אויף ניט צו איינגעמאטערט ווערן פון צו מקרב זיין אידען, סיי מענער סיי פרויען יונג אדער אלט, צו תורה ומצות דורך אלע מעגליכע וועגען, און מיר זיינען פארזיכערט, אז אויב מען טוט נאר מיט א ערנסטקייט און מיט א אמת'ן ווילען, איז, סוף כל סוף, אביסל פריער אדער אביסל שפעטער, איז מען מצליח.

בנוגע אייער שרייבען וועגען דער מקוה בא אייך אי שטאט, איז מיר א וואונדער וואס אלע יונגע לייט וועלכע זיינען בא מיר געווען אויך אייער מאן איינגעשלאסען, האט מיר קיינער ניט געזאגט וועגן דעם. איך וועל זעהן בא ערשטער געלעגנהייט צו אויסגעפינען דעם צושטאנד אין דעם.

בברכה לנחת חסידותי מכל ילידיהם ביחד עם בעלה- שיחיו,

מ. שניאורסאהן

ז'תתקמז

מצילום האגרת.

מרת חנה תחי': גולדשטיין. אגרות נוספות אליה - לעיל ח"ד תתי. לקמן ז'תתקעז.