ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקסה

ב"ה, י"ג אייר, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שלמה שי'

שלום וברכה!

איך באשטעטיק די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ז' אייר. און איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין עם, אז דער געזונט צושטאנד פון אייער פרוי תחי' האט זיך געבעסערט. און איך האף אז אויך אויף ווייטער וועט איר קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

אויך האט איר באדארפט אננעמען די השגחה פרטית אין דעם ענין, וואס יעצט געפינט זיך אין לונדון הרה"ג הרה"ח אי"א עוסק בצ"צ כו' מוה"ר אליעזר שי' קאראסיק, אין שליחות פון די ליובאוויטשער ישיבות אין אה"ק ת"ו, וואס [אין] דעם איז אייך געגעבן געווארן א געלעגנהייט צו פארגרעסערן אייערע פעולות אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט הפצת תורת הנגלה ותורת החסידות, און דורך דעם פארגרעסערן די השפעה פון ברכה והצלחה פון השם יתברך אין דעם וואס אייער פרוי און איר נויטיקן זיך.

און השם יתברך זאל אייך העלפן איר זאלט טאן אין דעם און אייער

פרוי - שיחיו - מיט א פרייליכער הארץ און מיט גוטן געזונט.

המחכה לבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

ז'תתקסה

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 125.

מוה"ר שלמה: פעריןו. אגרות נוספות אליו - לקמן ז'תתקסח. ח'מג. ח'עב. ח'קכ. ח'קנד.

ח'קצ. ח'קצז. ח'קצט.