ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקסח

ב"ה, ט"ו סיון, תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח, אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר שלמה

שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען די ערשטע טעלעגראמע, אז עס באדארף זיין די אפעראציע בא אייער פרוי תחי', און נאכדעם די צווייטע טע"ג אז עס איז געווען בהצלחה. און איך ערווארט צו נאך גוטע בשורות בפרטיות אין דעם.

און איך ווינטש אייך, אז פון היינט אן און ווייטער, זאלט איר שטענדיג אנזאגן נאר גוטס, וועגען זיך און פון אייער פאמיליע, און אויך וועגן אייער עסקנות להרים קרן התורה והיהדות בכלל.

און דעריבער האט מיר פארשאפט פיל פרייד אייער שרייבן, אז איר העלפט הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר אליעזר שי' קאראסיק אין זיין שליחות, און עס [איז] באוואוסט די הבטחת רז"ל אז ווען מען טוט באמת העלפט השם יתברך.

המחכה לבשורות טובות,

מ. שניאוסאהן

ז'תתקסח

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 127.

מוה"ר שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.