ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקעה

ב"ה, כ"ג מנ"א, תשי"ג

ברולקין.

מרת מרים מריישא תחי'

ברכה ושלום!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף אין וועלכן איר פרעגט מיין מיינונג ווען קען בעלה הרב שי' קומען אין פאריז.

די זעלבע פראגע האב איך באקומען פון אייער מאן הרב שי' און האב עם געענטפערט, אז דאס ווענדט זיך אן דעם מצב אויפן ארט, וואס ער דארף באווארענען צוויי זאכן: א) אז זיין אוועקפארן זאל ניט שאדן טאן די חדרים און ישיבות דארטן. ב) אז ער זאל קענען האבן די צוריק איינרייזע וויזע קיין מאראקא אן שוועריגקייטן. און וויבאלד השי"ת האט עם מזכה געווען, און דורך עם אויך די גאנצע פאמיליע מיט דעם זכות צו מיטבאטייליקן זיך אנפירן די מוסדות פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע איז זיכער, אז דאס איז די וועג דורך וועלכער אייער מאן הרב און די גאנצע פאמיליע וועלן האבן די הצלחה וברכה אין דעם וואס יעדער נויטיגט זיך. דעריבער דארפמען דאס אנהאלטן מיט אלע כוחות.

און השי"ת זאל אייך אלעמען העלפן עס זאל דאס אייך אנקומען גרינג.

זעלבסטפארשטענדלעך, אז אין צוזאמענהאנג מיט דאס אויבן געזאגטע, ווענדעט זיך אויך די באשטימונג פון דער צייט פון אייער טאכטערס חתונה בשעה טובה ומוצלחת.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

המזכיר: א. קווינט

ז'תתקעה

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ד ע' 99, מצילום האגרת.

מרת מרים מריישא: ליברוב, שבעלה הרב סעדי' הי' באותה שעה בשליחות במרוקו, ורצה לבוא לפריז לחתונת בתם תי'.