ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקעז

ב"ה, אדר"ח אלול, תשי"ג

ברוקלין.

מרת חנה תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ט"ו מנ"א אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער צוקונפטיגער ארבעט אין די ענינים פון טהרת המשפחה און האט אויך איבערגעדרוקט די בראשור פון ד"ר סמיטליין.

אין דער פראגע וועגען א באגלייט בריף צו דער בראשור, זעלבסט פארשטענדלעך אז דער באגלייט בריף דארף זיין אין ענגליש און דאס אומגעפער דארף זיין דער אינהאלט.

היות מיר זיינען זיכער אז די בייגעלייגטע בראשור וועט אייך געוויס אינטרעסירען, ערלויבען מיר זיך צו שיקען זי אייך און אויב מיר קענען אייך דינען אין צוזאמענהאנג מיט דעם בנוגע צון די דינים און אדרעסין א.א.וו. זייען מיר גרייט מיט צופרידענהייט דאס צו טאן.

איך בין אויך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז עס איז פאראיבער דער עגמת נפש וואס איר האט געהאט אלס פארזיצערין, און השי"ת זאל אייך געבען הצלחה אין אייער ארבעט אויך אויף ווייטער,

בברכת הצלחה וכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה

מ. שניאורסאהן

ז'תתקעז

מצילום האגרת.

מרת חנה תחי': גולדשטיין. אגרות נוספות אליה - לעיל ז'תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.

בראשור פון ד"ר סמיטליין: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ב אגרת תקד.