ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקפט

ב"ה, כ"ג מ"ח, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ט' חשון וואס בעט אנטשולדיגונג פאר אייער שרייבן ניט-גוטע פריילעכע ידיעות.

על פי רוב איז אזוי אז ווען מען דארף שרייבן און מען לייגט דאס אפ [פון] טאג צו טאג, קומט אן דענסטמאל א סיבה וועלכע צווינגט צו שרייבן, דאגעגן ווען מען שרייבט אין צייט, ווען עס איז פאראן גוטע בשורות, אויך דענסטמאל אנזאגן, און ניט ח"ו אין א פארקערטן פאל, פארשפארט מען מלמעלה צו אנווענדן אנדערע מיטלען וועלכע צווינגען צו שרייבן און פארבינדן איינעם מיטן אנדערן.

איך האף אז צו דער צייט פון אנקומען פון דיזן בריף איז דער ענין וועגן וועלכן איר שרייבט שוין איינגערארענט גיווארן צום גוטן, און האפענטליך וועלן אויך די אנדערע ענינים [ווערן] כדבעי לאט לאט. און איך ערוואט צו הערען פון אייך גוטע בשורות אז אלעס איז שלום בגשמיות והכל שלום ברוחניות.

בברכה.

נ"ב. ווען איך וועל זיין אויפן ציון הק' פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט צום גוטען געזונט און פרנסה טובה.

זה עתה נת' מכתבו מי"ט מ"ח.

ז'תתקפט

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 75.

על פי רוב: ראה גם לעילח"כ אגרת ז'תשמו, ובהנסמן בהערות שם.02