ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'תתקצט

ב"ה, ד' שבט, תשי"ד

ברוקלין.

מרת... תחי'

ברכה ושלום!

עס איז ערהאלטן געווארן אייער בריף פון... און אויך דער פריערדיקער, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה זי"ע, וועל איך מזכיר זיין די אלע וועגן וועלכע איר שרייבט וועגען זיי, יעדערן פון דעם וואס ער נויטיגט זיך.

דאס וואס איר שרייבט וועגן אייער טאכטער... תחי', האב איך שוין געשריבן אייך עטליכע מאהל, אז ווען א טאכטער שטייט אין שידוכים, איז די ערשטע זאך דארפן עלטערן און ספעציעל א מוטער צו ריידן מיט איר וועגן דעם ווי א אידישע הויז דארף זיך פירן, און ספעציעל בנוגע צו טהרת המשפחה (מקוה), וואס נאר דאן ווען א איד פירט זיך אין דער וועג פון תורה קען א איד זיין גליקלעך.

און דעריבער איז ניטא קיין שום ארט צו שעמען זיך און ניט ריידן וועגן דעם, און אויך ניט באנוגענען זיך מיט איין מאל ריידן, און ווי עס ווייזט אויס פון אייער שווייגן אין דעם, האט מען ווייניג געטאן אין דעם אדער גארניט געטאן.

דעריבער פאר[שטיי] איך ניט וואס איז בא אייך דער וואונדער אז עס גייט ניט גלאטיק, ווען מען טוט ניט דאס וואס השם יתברך הייסט טאן.

און איך האף, אז לכל הפחות איצטער וועט איר אנהויבן צו ריידן מיט אייער טאכטער וועגן דעם. און השם יתברך זאל העלפן אז אייער טאכטער תחי' זאל האבן א גוטן זיווג און איר זאלט האבן פון איר און פון אלע אייערע קינדער פיל אידישן נחת.

בברכה.

ז'תתקצט

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 133.