ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'לב

ב"ה, כ' תשרי, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מערב יום הכיפורים, פעלט דער עיקר, און דאס איז וועגן דיין קביעות עתים בלימוד תורת החסידות, און על פי פסק רז"ל לא המדרש עיקר אלא המעשה, אויף צו מקיים זיין די הדרכות והנהגות של תורת החסידות, און זעלבסט פארשטענדליך דאס אפהיטן די דריי שיעורים השווים לכל נפש בחומש תהלים ותניא, און יעדערער לויט זיין [מעגליכקייט] מוז מוסיף זיין אויף דעם, ובפרט די וואס האבן נאך ניט די דאגות הפרנסה און קענען זיך געפינען באהלה של תורה.

און וועגן דעם ענין וואס דו שרייבסט, דארפמען אינאנצן אויפהערן צו טראכטן וועגן דם, און אויב דער יצר הרע קומט מיט אזעלכע מחשבות דארף מען מיט אים ניט אריינגיין אין א מלחמה נאר אנהייבן טראכטן אדער לערנען בתורתינו הקדושה, און אפילו מעט אור דוחה הרבה חושך.

און השי"ת זאל דיר העלפן אז, סוף כל סוף, זאלסטו ווערן א חסיד און אנהייבן פאלגן.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ח'לב

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 141.