ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'עח

ב"ה, כ"ג כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען דיין בריף, אין וועלכן דו שרייבסט וועגען די סדרים פון לערנען סיי אין נגלה און סיי אין חסידות. און געוויס ביסזט דו מקיים דעם פסק תורתנו הק' אז מעלין בקודש, און אז מען טוט אין דעם און מען הארעוועט אויף דעם, ווערט מקויים דער פסק, יגעת ומצאת.

און געוויס איז חקוק בא דיר די נקודה, אז דער פארן אין מאנטרעאל איז אויף צו זיין א לעבעדיקער באווייז, ווי א תלמיד פון תומכי תמימים דארף זיין, און דער באווייז דארף זיין ניט נאר אין דער צייט פון לערנען און דאוונען און אפהיטן די סדרים פון דער ישיבה בדיוק, נאר אויך צו דינען אלס סעמפל און לעבעדיקער באווייז ווי מען דאף זיך אויפפירן אין די צווישן-צייט פון לערנען און דאווענען, ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות [...] א עבד ווי ער דינט זיין אדון, אפילו ווען דער אדון איז ניט מער ווי א בשר ודם, ועל אחת כמה וכמה פעמים ככה ווען דער אדון איז דאס מלך מלכי המלכים הקב"ה, אז עס דארף זיין קענטיק די עבדות א גאנצן טאג [אויך] אין אכילה [און] אין שלאף.

און אויף דעם אלעם איז געזאגט געווארן דער פסק רז"ל, יגעת ומצאת, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

בברכה להצלחה בתלמוד תורה ביראת שמים לקיום המצות בהידור ועבודת התפלה ביחוד.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א