ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'פד

ב"ה, י"ג טבת, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' חנוכה, אין וועלכן איר שרייבט מען זאל אייך ערקלערן קאנקרעט וואס איז דאס אחדות.

הנה בכלל איז די עבודה פון אונזער דור, איז, ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מען פאדערט צו לערנען טיפע ענינים פון תורה בכלל און פון תורת החסידות בפרט, איז אסער דער עיקר ארבעט באשטייט צו טאן מיט זיך און משפיע-זיין אויף דער סביבה אין גאר פשוט'ע זאכן און אין טאג טעגליכן לעבן.

און בהנוגע צו די אנשי... בכלל איז די כוונה פון אחדות, דאס פארקערטע פון מחלוקת, און די השתדלות אין ליב-האבן דעם צווייטן אפילו ווען דאס דארף קאסטן עפעס זיך. און ווער רעט ווען עס האנדלט זיך ניט צו אנרירן יענעמס, און ווי געזאגט, מיין איך אויך דא פשוט'ע ענינים, וואס פון זיי דארפמען אנהויבן, און דערנאך שטייגן העכער און העכער.

אלס איינע וועלכע געפינט זיך אין... זעט איר די רייבונגען וועלכע קומען-פאר צווישן איינעם און דעם אנדערן, סיי בנוגע... א.א.וו. וואס איך וויל גיט מאריך זיין אין א טוטווייען ענין (און דער אויסדרוק איז בלויז צו אויסדריקן די געפילן אין דעם).

זעלבסטפארשטענדליך, און קיינער וועט מיר ניט חושד זיין אין דעם, אז איך וויל זוכן חסרונות אויף אידן בכלל און... בפרט און אנשי... בפרטי פרטיות.

אבער אריינטראכטנדיק זיך אין אייער אלעמענס לאגע... און מען זעט די הצלחה וואס מען גיט מלמעלה, אז מען באקומט הילף פון אזעלכע וואס מען האט גאר ניט ערווארט, און אזא הילף אויף וועלכע מען האט זיך גאר ניט געריכט, און דאקעגן זעענדיק ווי די לאגע איז בפועל, און וועלן אויסבאהאלטן די סיבה אויף דעם, איז דערמיט טוט מען דאך ניט קיין טוב נאר אדרבה, ווען א פעציענט וויל זיך אויסהיילן איז דאך ניט די עצה אויסנארן זיך און איינריידן זיך און ווער רעדט ווען די מחלה [איז] בולט, ניט מאכנדיק זיך זעען, און ווי עס איז באוואוסט דער כלל, אז דאס אויפדעקן פון צושטאנד איז שוין א גרויסער טייל פון דער רפואה פאר דעם חולה.

איך שרייב דאס אלץ אין אלגעמיינע אויסשפראכן, ניט באטאנענדיק די איינצלהייטן פון די פאסירונגען, ווארום עס איז ניט מיין ענין צו שרייבן איינעם וועגן דעם אנדערן, אין ניט גוטע ענינים, וואו עס [איז נ]יט דו[ר]כאויס נויטיג פאר זיין טובה, און אין דעם [פ]אל איז דאס געוויס ניט נויטיג פאר זיין טובה, און אין דעם [פ]אל איז דאס געוויס ניט נויטיג, ווארום די וועלכע געפינען זיך אויפן ארט ווייסען אלע גענוי דעם מצב ווי ער איז אויפן ארט, און עס פעלט מער ניט [ווי די] פאסנדע מאס פון ווילן און ענערגיע אויף צו פארריכטן דאס, וואס דענסטמאל וואלט, גאר אין א קורצער צייט, זיך געביטן דער מצב פון... און די מענטשן פון... און די מוסדות וועלכע זיינען פאראן דארט וואלטן געווען לשם ותפארת.

און השי"ת זאל העלפן אייך [און] אייער מאן שיחיו מיט פרנסה בהרחבה ובהרחבת הדעת.

איך האף אז סיי איר און אויך די אנדערע וועמען איר וועט ווייזן דעם בריוו, וועלן אויפנעמען מיין בריוו, ניט אלס מוסר און טענה, נאר אלס השתדלות נאך אמאל און ווידער אמאל צו איבערגעבן צו די וועלכע קענען פארריכטן דעם מצב... מיין השקפה אויף דעם מצב ווי ער איז באמת.

און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגן גוטעס אין דאס אלץ אויבן דערמאנטע און פון די פעולות טובות אין דעם טאג טעגליכן לעבן...

בברכה.

ח'פד

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 94.