ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'קכז

ב"ה, ה' אלול, תשי"ז

ברוקלין.

מר נתן נטע שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכן איר שרייבט וועגן דער השתדלות לחיזוק הישיבה הק' תו"ת בלוד, ולחיזוק כפר חב"ד.

השי"ת זאל העלפן, אז די השתדלות זאל זיין בהצלחה גדולה, וואס דאס איז דער גרעסטער פארגעניגן פאר דער משתדל אז ער זעט גוטע פירות פון זיין אנשטריינגונג, און דאס וועט מוסיף זיין אין די ברכות פון השי"ת אין וואס מען נויטיגט זיך, ובכלל זה אז לאריכות ימים ושנים טובות זאלט איר קענען טאן אין די אויבן געזאגטע ענינים אין אלץ א גרעסערער מאס, לויט דעם אנזאג פון תורתינו הק' מעלין בקודש.

זעלבסט פארשטענדליך, אז עס איז א גלייכע זאך צו מודיע זיין וועגן דאס אויבנגעזאגטע, ווארום אז מען פארשאפט פארגעניגן צו א אידן, אפילו אזא וועלכער געפינט זיך אויף דעם אנדער זייט ים, איז דאס דער קיום המצוה פון ואהבת לרעך, ובפרט אז מען זעט במוחש, אז דאס אליין וואס מען ווייסט אז מען וועט נאך וועמען שרייבען וועגן די פעולות טובות, פארשטארקט דאס די פעולות און מען איז מוסיף אין זיי, וכנראה במוחש.

געוויס ווייסט איר פון די תקנה צו זאגן דעם שיעור תהלים חדשי ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חודש, יעדער טאג נאך דעם דאוונען אין דער פרי, און אלענפאלס זאלט איר טאן אזוי פון איצטער אן און ווייטער.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ח'קכז

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 59.

מר נתן נטע: הולצמן, באר יעקב.