ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'קלו

ב"ה, י"ד מ"ח, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אייער בריף איז זיינער צייט אנגעקומען, און האב אויך באשטעטיגט די ערהאלטונג אין מיין שנה טובה בריף, די וואכען פון חדש תשרי און די ערשטע נאך דעם, איז בכלל מעגליך צו ענטפערן נאר אויף די בריף, וועלכע זיינען נוגע צו מעשה בפועל, און דעריבער איז אפגעלייגט געווארען דער ענטפער אויף אייערע טענות איבער דעם מצב פון אידישקייט אין ארצות הברית, אויף אביסעל שפעטער, ווארום ליידער איז דאך דאס פארלויפיג ניט נוגע אזויפיל לפועל.

אן אלגעמיינער ענטפער איז, אז די אלע טענות, באפרייען קיינעם ניט וועלכער קען יע טאן, און נאך מער, אז דאס וואס יענער טוט ניט וואס ער דארף טאן אדער טוט ניט אין דער פולסטער מאס, בארעכטיגט ניט צו נאכטאן יענעם אזוי, און אפשר אדרבה, וויבאלד אז יענער טוט ניט און איך זעה דאס, איז דאך באווייזט דאס, אז איך דארף טאן אין דעם, אויך יענעמס חלק, וויבאלד אז איך קען יע טאן אין דעם, פארשטענדליך, אז דאס געמיינט ניט נאר אייך אליין, נאר אויך מיר ובתוך כלל ישראל, און פון דעם אנדער זייט, זייט איר אויך אין דעם כלל.

וואס איר שרייבט אין שלום פון אייער בריף, אז איר זייט פארמוטשעט, איך האב שוין געשריבן איינעם, אז ניט איצטער איז די צייט אויף דעם, דאס איז גוט אין רוהיגע צייטען: מען גייט שפאצירען, לייענען פייפערס, קען מען זיך ערלויבען צו זיין פארמוטשעט, און ניט טאן, אבער אין אזא מדינה ווי אמעריקא, וואו עס געפינט זיך דער גרעסטער קבוץ פון אידען, איז ניטא קיין צייט אויף דעם, צו זיין פארמוטשעט, און אויף דער פראגע, ואוו מען נעמט כחות, איז דער ענטפער, אז די אלע זאכען וואס השם יתברך האט געהייסען טען, גיט ער די כחות אויף דעם, דער אונטערשייד איז נאר אין דעם סדר: אמאל קומען פריער די כחות און נאך דעם די פעולות, און טיילמאל איז דער סדר אומגעקערט, פריער דארף קומען די ארבעט און די כחות ווייזען זיך שפעטער, און עס איז ניט כדאי די טרחה צו אריינטראכטען וואס זאל קומען פריער, און מען דארף אויסניצען די צייט, צו אריינווארפען זיך אין דער ארבעט, אדער אין דער פארזעצונג פון דער ארבעט, מיט מער כחות און דענסטמאל געפינען זיך בא זיך אליין מער כחות ווי מען האט זיך פארגעשטעלט אין פאראויס, ווי ערקלערט אין מיין מכתב כללי לראש השנה.

איך בין געווען צופרידען וואס מען האט איינגעארדענט בא אייך א סעודת מלכא משיחא, און השי"ת זאל העלפען אז בקרוב ממש זאל מען פראווען מיט עם צוזאמען אזעלכע און ענליכע מסיבות.

בברכה לבשו"ט.

ח'קלו

מהעתק המזכירות.

מו"ה ברוך: ליטווין. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תשסד, ובהנסמן בהערות שם.