ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'קצ

ב"ה, ח"י אייר, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ רב פעלים ובעל מדות מו"ה

שלמה שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די עהראלטונג פון אייער בריף פון ז' אייר מיט די גוטע בשורות,

א) פארגרעסערונג פון צאל תלמידים שי' אין בית ליובאוויטש און אויך די ארגאניזירונג פון א מנין.

ויהי רצון, עס זאל מקויים ווערן אין דעם, שכר מצוה מצוה, אז עס זאל צוקו[מע]ן נאך און נאך, געמיינט - פארגרעסערונג אין כמות, מערצאל תלמידים-ות, און אויך אין איכות, סטאנדארט פון לערנען, און די ווירקונג וואס דער לערנער דארף בריינגען, צו טהאט זאכן, וכמאמר גדול תלמוד שמביא לידי מעשה.

ב) פון דער בעס[ע]רונג אין געזונט צושטאנד פון אייער פרוי שתליט"א, ויהי רצון, אז לויטן פתגם פון רבותינו נשיאינו, זאל עס גיין פון גוט צו נאך בעסער, און ס'איז דאך באוואוסט דער פסק דין, היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא (רמב"ם הלכות דיעות ריש פרק ד').

ג) ואחרון אחרון חביב, אז אייער טאכטער שתליט"א געפינט זיך אין אנדערע אומשטענדן, והשי"ת ימלא ימי הריונה כשורה, ובנקל, ותלד זחו"ק בעתה ובזמנה כשורה ובקל.

און אזוי ווי מיר געפינען זיך אין דעם ליכטיקן טאג פון ל"ג בעומר, וואס דער נייעס פון דעם טאג איז, צו אראפבריינגען דעם סתים ופנימיות אין גליא (דאס טיפסטע באהאלטענע - אין עפענטליכקייט), זאל אויך אזוי, אלעס גוטס וואס הקב"ה גיט יעדערן בתוך כלל ישראל, אראפגענידערט ווערן בגלוי למטה מעשרה טפחים.

און דער זכות פון אייער התעסקות בהפצת המעינות במדינתם, ובפרט אין בית ליובאוויטש, זאל אייך ביישטיין צו א צוגאב ברכה והצלחה אין דאס אלץ אויבן געזאגטע.

המצפה לבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ח'קצ

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 93.

מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.