ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'קצט

ב"ה, י"ז אלול, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים מו"ה

שלמה שי'

שלום וברכה!

מאשר הנני קבלת מכתבו מי"ב אלול, מיט די גוטע בשורות וועגן די פארגענגענע טעג פרייליכע התועדות, קבלת פנים בא אייך אין הויז און דערנאך די חתונה.

ויהי רצון, אז תמיד כל הימים זאלט איר קאנען אנזאגן גוטע פרייליכע בשורות, מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב, אין די ענינים הכללים און אויך אין די ענינים הפרטים, וואס הא בהא תליא, און אז אין ביידע שטחים גייט דאס מחיל אל חיל מוסיף והולך מוסיף ואור.

און די פארשטארקונג אין דעם זאל זיך אנהויבן באלד גלייך, ווארום מיר געפינען זיך דאך אין די יומין זכאין פון חודש אלול, און אין דער פרשה פון אתם נצבים היום כולכם, ווי רבנו הזקן איז מדייק און איז מבאר אין לקוטי תורה אין אנהויב פון דער פרשה, להיות לאחדים כאחד וכו', ונעשים רשות היחיד ליחודו ית', וואס דאס איז ממשיך דערנאך די ברכות פון השם יתברך אין אלע ענינים, ווי מיר זאגן דריי מאל יעדער טאג, ברכנו אבינו (ווען) כולנו כאחד וכו'. און ווי ערקלערט אין דעם אין ספר התניא פרק ל"ב.

בברכת הצלחה בכל הנ"ל ולבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה,

מ. שניאורסאהן

ח'קצט

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 98.

מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.