ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'תקנז

ב"ה, יו"ד כסלו, יום הגאולה של אדמו"ר האמצעי, תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה

ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דער פארשטייענדער יערלעכער אוטנערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, כ"ד טבת הבע"ל, האף איך אז חובבי תורה בכלל ועסקני הישיבה בפרט וועלן אויסניצן די פארבליבענע געציילטע וואכן צו פארזיכערן אז די אונטערנעמונג זאל האבן דעם געוואונטשענעם דערפאלג.

עס איז באקאנט דער סיפור וואס מיר האבן געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועגן דעם מיטעלען רבי'ן, ווי אזוי ער פלעגט זיך שטארק פארטיפן אין לערנען, און ווי אזוי, אלס יונגערמאן, איז ער אמאל געווען אזוי פארטיפט, אז ער האט ניט געהערט ווי זיין קינד איז ארויסגעפאלן פון וויגעלע וואס איז געשטאנען דערביי און האט זיך שטארק פאנאנדערגעוויינט. זיין פאטער, דער אלטער רבי, וועלכער האט זיך געפונען, אין אן אויבערשטע דירה און איז אויך געווען פארטיפט אין לערנען, האט יע דערהערט דעם קינד'ס געוויין, און איז אראפגעגאנגען אונטן, אויפגעהויבן דאס קינד, בארואיקט און צוריק פארוויגט. דערנאך האט דער אלטער רבי אויסגערעדט זיין זון, אז ווי טיף מען זאל זיין אריינגעטאן אין די העכסטע ענינים, דארף מען אבער שטענדיק דערהערן דעם געוויין פון א אידיש קינד.

וויבאלד מען האט אונז דעם סיפור דערציילט, איז א ראי' אז דאס האט א ספעציעלע אנווייזונג פאר יעדן איינעם פון אונז.

די אנווייזונג איז: עס זיינען ליידער פאראן היינט-צו-טאג פיל אידישע קינדער וועלכע זיינען ארויסגעפאלן פון זייערע "וויגעלעך" פון תורה און תורה-דערציאונג, וועמענס נשמות וויינען און פאדערן מען זאל זיי געבן א תורה ומצוות חינוך על טהרת הקדש. און ווי פארנומען און פארטיפט יעדער איינער זאל ניט זיין אין זיינע ענינים, און ווי הויך די ענינים זאלן ניט זיין, מוז מען דערהערן דעם געוויין און די פאדערונג פון די קינדער, און מען מוז איבעררייסן און אפשטעלן אנדערע זאכן און פארנעמען זיך מיט זיי, ווייל קיין העכערע און וויכטיקערע זאך ווי חינוך על טהרת הקדש איז ניטא.

די ליובאוויטשער ישיבות און מוסדות חינוך הערן און דערהערן דעם דאזיגען רוף פון די אידישע קינדער, אבער ליידער, צוליב מאנגל אין געלט, איז ניט מעגלעך אלעמען אויפצוהויבן און ארייננעמען אין די וויגעלעך פון תורה ומצוות. עס איז די העכסטע פליכט פון יעדן איינעם און יעדער איינער צו העלפן שאפן די נויטיגע מאטעריעלע הילף כדי אויסצו-מוסדות חינוך. די פארשטייענדע יערלעכע אונטערנעמונג איז די געלעגנהייט דאס צו טאן; און דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל דאס טאן מיט דעם גאנצן הארצן און מיט א ברייטער האנט און מיט שמחה. און דער אויבערשטער וועט באגליקן מידה כנגד מידה, כמה פעמים ככה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכת הצלחה

מ. שניאורסאהן

ח'תקנז

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 493 והוגהה עפ"י צילום האגרת.

דער סיפור: ראה גם לקמן אגרת ח'תקנח. ח'תקפט. לקו"ש ח"ג ע' 802 ואילך.

מידה כנגד מידה: פס"ז שמות ג, ו.