ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'תיט

ב"ה,  ערב חנוכה, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין די דאָזיגע טעג פון ערב חנוכה, ווען די אידישע היים ווערט באַלויכטן מיט די חנוכה-ליכט, יעדן טאָג מיט אַ ליכטעלע מער, וואָס די חנוכה ליכט דערמאָנען אונז וועגן אונזער פליכט ליכטיג צו מאַכן אויך "אין דרויסן" (על פתח ביתו מבחוץ), מיט נר מצוה ותורה אור, און אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור, מוז'ן אויך געדיינקן אַז –

אויב אין די אַלטע צייטן, ווען דער בית המקדש איז גשטאַנען אין ירושלים, איז געווען אַ געפאַר אַז די ליכטיקייט פון תורה ומצוות זאָל חלילה פאַרטונקלט ווערן דורך "אומריינע בוימל" פון פאַרפירערישע אידייען און פאַלשע השקפות; אויב שטענדיג זיינען אידן געווען מעטים און די פינצטערע כחות די רבים – איז די סכנה היינט-צו-טאָג פיל גרעסער ווי אין פריערדיגער צייט.

דער וועג צו באַקעמפן פינצטערניש, איז דורך ליכטיקייט – די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן. און דער קוואַל פון דער דאָזיגער ליכטיקייט שעפּט זיך פון די ישיבות און מוסדות חינוך על טהרת הקודש.

די ליובאַוויטשער ישיבות "תומכי תמימים" פייערן היי-יאָר דעם 70 יאָריגן יובילייאום זינט דער גרינדונג פון דער ערשטער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאַוויטש. אין פאַרלויף פון די שבעים שנה, האָבן די ליובאַוויטשער ישיבות אָנגעפירט, און פירן אָן, זייער הייליגע אַרבעט אין פאַרשידענע לענדער פון די שבעים אומות העולם. און עס איז שוין 28 יאָר ווי די צענטראַלע ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאַוויטש אין ברוקלין פירט אָן איר טעטיקייט דאָ אין לאַנד –

אַ טעטיקייט וועלכע צייכנט זיך אויס מיט איר הדגשה אויף אויפצושטעלן דורות פון נרות להאיר – ליכט וואָס לייכטן און באַלייכטן, וואָס צינדן אָן דעם נר ה' נשמת אדם אין אידישע נשמות, און הייליגן דעם משכן און מקדש אין אידישע הערצער, עס זאָל זיין ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחת.

איצט מאַכט די ישיבה די נויטיגע צוגרייטונגען צו דער יערלעכער פייערונג (כ' טבת הבע"ל). וויל איך האָפן, אַז אַלע פריינד פון דער ישיבה, און די עסקני הישיבה בפרט, וועלן זיך באַטייליגן אין די צוגרייטונגען אין דער פולסטער מאָס, כדי צו פאַרזיכערן, אַז די אונטערנעמונג זאָל מצליח זיין אין אַלע הינזיכטן, גייסטיג און פינאַנציעל, וואָרום די יערלעכע אונטערנעמונג איז פון די הויפּט פינאַנציעלע זיילן אויף וועלכע די ישיבה שטיצט זיך.

זאָל דער גייסט פון אָנקומענדן חנוכה באַגייסטערן יעדן איינעם און איינע צו טאָן אין דעם אין אַן אופן פון מוסיף והולך, און בזכות פון פאַרשפּרייטן נר מצוה ותורה אור זאָל מען זוכה זיין צו אור פני מלך חיים, געבענטשט צו ווערן הם ובני ביתן שיחיו, מיט ליכטיקייט און הצלחה מוסיף והולך אין אַלע גוטע ענינים פון טאָג-טעגלעכן לעבן בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה צו אַ ליכטיגן חנוכה,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 307, והוגהה ע"פ צילום האגרת. וראה גם לקמן אגרת תלג.

על פתח ביתו מבחוץ: שבת כא, ב. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"ז. וראה טושו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ה.

נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג. וראה פרש"י ד"ה בנים – שבת כג, ב.

מוסיף והולך: שבת כא, ב. שו"ע או"ח סתרע"א ס"ב.

מעטים . . רבים: הודאת "ועל הנסים" דחנוכה.

נרות להאיר: ראה גם תורת מנחם – התוועדויות ח"ד ריש ע' 228, ובהנסמן שם.

נר ה' נשמת אדם: משלי כ, כז.

ושכנתי בתוכם: תרומה כה, ח.

בתוך כל אחד ואחת: ראה אלשיך עה"פ. של"ה סט, א. ועוד.

אור פני מלך חיים: משלי טז, טו.