ספריית חב"ד ליובאוויטש

כרך כו

ט'תקעו

ב"ה, ה' עשי"ת, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער שרייבן פון 9/19,

– מען וואָלט געדאַרפט בודק זיין (איבערזעען) אַלע מזוזות ווי אויך די תפילין באַ אייך אין שטוב אַז זיי זאָלן אַלע זיין כשירות כדין. – אָבער ניט די וועלכע מ'האָט בודק געווען אין די לעצטע צוועלף חדשים.

און בעת רצון וועט מען אייך דערמאָנען אויפן ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בברכת גמר חתימה טובה.