ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש כסלו, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין חנוכת הבית פון מוסד אהלי יוסף יצחק ליובאַוויטש ובראשם העסקנים החשובים ב. גאָלדפאַרב, יואל גאסקא בנימין צוקער

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיט פאַרגעניגען האָב איך באַקומען די ידיעה וועגן דער פאָרשטייענדער חנוכת הבית פון צוויי בנינים פון מחנה קיץ, וואָס דאַרף פאָרקומען יו"ד כסלו, בשעה טובה ומוצלחת.

זיכער איז אַלעמען באַקאַנט, אַז י' כסלו איז דער יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, דער זון און ממלא מקום פון דעם אַלטן רבי'ן דער גרינדער פון דער חב"ד שיטה פון חסידות.

וואָס חסידות בכלל, און חב"ד בפרט, שענקען ספּעציעלע אויפמערקזאַמקייט און וואָגיקייט אויף דעם געביט פון קינדער דערציאונג.

און אויב נאָך אין דער ערשטער תקופה פון חסידות איז דער ענין פון חינוך אַזוי שטאַרק אונטערשטראָכן געוואָרן, איז דאָך קלאָר ווי וויכטיק עס זיינען די מוסדות חינוך על טהרת הקודש אין אונזער צייט, ווען דער מוסד חינוך דאַרף געבן דעם קינד אויך דאָס וואָס אַ קינד האָט אַמאָל באַקומען אינדערהיים און אין דער סביבה.

עס איז דעריבער צו האָפן, אַז די געלעגנהייט פון חנוכת הבית וועט אויסגענוצט ווערן אין דער פולסטער מאָס צו פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן דעם מוסד, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, לויט די אידעאַלן און אָנווייזונגען פון דעם אַלטן רבי'ן, מיטעלן רבי'ן און די נשיאי חב"ד נאָך זיי, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועמענס נאָמען דער מוסד טראָגט.

בפרט אַז די מוסדות אהלי"י זיינען דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון דעם פסוק וואָס איז פאַרבונדן מיט דער גאולה פון אַלטן רבי'ן און מיט דער גאולה פון זיין זון: פדה בשלום נפשי גו' וואָס אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן (ברכות ח, א), אַז דער פסוק גייט אויף די וועלכע "עוסקים בתורה ובגמילות חסדים ומתפללים עם הציבור". אַזוי ווערן די תלמידים און תלמידות פון אהלי"י ליובאַוויטש דוכרגעדרונגען מיט תורה פאַרשטאַנד און באַגריף, מיט אינערלעכן געפיל און כוונה אין תפילה, אַזוי אַז די תורה און עבודה נעמט דורך אַלע איברים און באַלעבט זיי צו טאָן גמילות חסדים און מעשים טובים.

גרויס איז דער זכות פון די אַלע וועלכע נעמען אַן אָנטייל אין שטיצן און אויסברייטערן דעם מוסד אהלי יוסף יצחק ליובאַוויטש. השם יתברך זאָל אַלעמען מיט זייערע בני בית שיחיו באַגליקן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.


מוסד . . ליובאַוויטש: בס. פּאַולא, ברזיל.

י' כסלו . . יום הגאולה: ראה בארוכה "התמים" חוברת ב ע' עז [פו, א]. שם ע' פא [פח, א] ואילך. מבוא לקונטרס "בד קודש". "בית רבי" ח"ב פרקים ד-ה.

דעם פסוק וכו': תהלים נה, יט. וראה תו"מ סה"מ כסלו ע' קמב. וש"נ.