ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, י"ג כסלו, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

הרבנית מרת לאה תחי'

ברכה ושלום!

דורך אייער מאַן, הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר מנחם שמואל דוד שי' הלוי איז אָנגעקומען אייער טשעק אויף צדקה אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער באַשלוס, וואָס דאָס באַטרעפט מער ווי מעשר.

זיכער איז אייך באַקאַנט וועגן דער גרויסקייט פון דעם זכות פון מצות הצדקה בכלל, און בפרט אַז עס איז אָנגעקומען אין די דאָזיגע סגולה-טעג צווישן יו"ד און י"ט כסלו, די טעג פון גאולה פון אַלטן רבי'ן און זיין זון דער מיטעלער רבי. דערמאָנענדיג די זכותים צוליב וועלכע זיי זיינען אויסגעלייזט געוואָרן – וואָס דאָס איז געווען אַ גאולה אויך פאַר יעדן איינעם פון אונז אויף אַלע דורות – אונטערשטרייכן זיי אַז ספּעציעל איז זיי בייגעשטאַנען דער זכות פון מצות הצדקה.

דערפון איז פאַרשטאַנדיג אַז די מצוה פון צדקה איז איינע פון די וועגן דורך וועלכע יעדער איינער און איינע קען אויסגעלייזט ווערן פון אַלע אומגעוואונשענע ענינים, און זיין שטענדיג בשמחה ובטוב לבב. און דאָס ברענגט אַ צוגאָב ברכה והצלחה אין אַלע גוטע ענינים, בפרט צו האָבן אמת'ן נחת, וואָס דאָס איז אידישער-חסידישער נחת פון יעדן פון די קינדער שי' און פון אַלע צוזאַמען, מתוך בריאות והרחבה בגשמיות וברוחניות.

בברכת חג הגאולה ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן


מצילום האגרת.

הרבנית מרת לאה תחי': רייטשיק.

אונטערשטרייכן זיי: ראה אגרות-קודש אדמו"ר הזקן ח"א אגרת לח-לט. תניא אגה"ק סוס"ד.