ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

מר משה שי' מאָזעס

שלום וברכה!

מ'האָט מיר איבערגעגעבן וועגן דעם נייעם עסק וואָס איר האָט געעפנט און אייער בקשת ברכה.

השם יתברך זאָל געבן אַז די דערעפנונג פון דעם געשעפט זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת און עס זאָל מקויים ווערן אין דעם דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן: דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות און אידן מאַכן פון גשמיות – רוחניות.

בפרט אַז מיר געפינען זיך אין די סגולה טעג פון חודש כסלו, ערב י"ט כסלו – דער חג הגאולה פון אַלטן רבי'ן, וואָס די פרשה איז אייך זיכער באַקאַנט.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות ובברכת חג הגאולה.


דער וואָרט: "היום יום" כז טבת. וראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תקפא, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת ט'תריז.